Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 24·Letter 9343אגרות קודש·כרך כד·ט'שמג

אט'שמג
בב"ה, ט"ו תמוז, ה'תשכ"ז
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו'
המו"ה ניסן שי' הכהן
ושלום וברכה!
זעס האט מיר געפרייט צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ בעל מרץ ורב פעלים וכו' מוה"ר ארי' ליב שי' קריימער. ער האט מיר אויך דערציילט וועגן אייער וויכטיגער מיטהילף אלס יושב ראש פון ועד הישיבה.
חאויב אזא גרוס איז שטענדיג צופרידנשטעלנד, איז דאך עס
טגעוויס אזוי ווען מ'באקומט אים אין אזא גינסטיגע צייט ווי די סגולה טעג פון י"ב-י"ג תמוז, דער חג הגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואס די ישיבה תומכי-תמימים ליובאוויטש פון מאנטרעאל איז דאך איינע פון זיינע וויכטיגסטע מוסדות. אייער ארבעט און הילף פאר דעם דאזיגען
ימוסד - אן ארבעט און הילף וואס איר וועט זיכער זיך באמיען צו פארגרעסערן, ווי אלע גוטע און לעבעדיקע זאכן וועלכע דארפן וואקסן און בליען - וועט אייך און אלע אייערע שי' ביישטיין און ברענגען ג-טלעכע ברכות בכל המצטרך, און דער אויבערשטער זאל געבן אז איר זאלט אויפנעמען די ברכות אין גוטן געזונד און פרנסה בהרחבה, בשמחה וטוב לב.
יאאייער צדקה איז איבערגעגעבן געווארן פאר דעם ספעציעלן פאנד פון י"ב תמוז, וואס האט א באזונדערע באדייטונג היי-יאר, אזוי ווי עס איז געווארן 40 יאר פון דער באפרייאונג.
יבבברכה להצלחה ולבשורות טובות.
יגבין המצרים..מן מיצר: ראה רשימות הצ"צ לאיכה ע"ו-ז.
ידמיצר (הגלות): להעיר מדרז"ל שכל המלכיות נקראו ע"ש מצרים ע"ש שהם מצירות לישראל (ב"ר פט"ז, ד).
טולו..שיבוא: נוסח "אני מאמין". ובפיה"מ להרמב"ם ר"פ חלק היסוד הי"ב "להאמין ולאמת שיבוא ולא יחשוב שיתאחר".
טזהיעוד: ירמי' לא, יב. וראה יל"ש ירמי' רמז רנט: עלה כו' על מנת כו' והפכתי גו'.
יזרשימות הצ"צ לאיכה ע' כו.
יח------------------------
יטט'שמג
אייער צדקה..ספעציעלן פאנד: מגבית י"ב-י"ג תמוז, לטובת מוסדות "אהלי יוסף יצחק" (ראה ספר המנהגים-חב"ד ע' 100). וראה שיחת י"ב תמוז שנה זו סי"ג.
כ40 יאר: ראה גם לעיל אגרת ט'שלג, ובהנסמן בהערות שם.