Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 24·Letter 9365אגרות קודש·כרך כד·ט'שסה

אט'שסה
בב"ה, מוצש"ק ח"י אלול, ה'תשכ"ז
גברוקלין, נ.י.
דפרויען קאמיטעט פאר חתנים און כלות
האין מאנטרעאל, קאנאדא, ה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זהאפענטליך זיינען אייערע טעטיקייטן במשך פון דעם פארגאנגענעם זמן אנגעגיינג[ע]ן לויט דער גרויסער חשיבות זייערע, און השם יתברך זאל מצליח זיין עס זאל זיין אין א שטייגענדער מאס ווי דער אנזאג מעלין בקודש, און די החלטות צופארשטארקן און אויסברייטערן אייער פראגראם אין דער צוקונפט וועט זיכעראויך פארגרעסערן די הצלחה.
חבפרט אז מיר געפינען זיך יעצט אין די טעג פון אלול, וועלכע זיינעןספעציעלע סגולה-טעג אלס צוגרייטונג צום נייעם יאר, הבא עלינו ועל כלישראל לטובה, וואס די גינסטיקייט פון די דאזיגע טעג איז דערקלערט געווארןדורך דעם אלטן רבי'ן מיט דעם משל פון "מלך בשדה" - ווען א קעניג גייטארויס אין פעלד און יעדער איינער וואס וויל קען ארויסגיין באגעג[ע]נען דעםקעניג, און דער קעניג נעמט יעדן איינעם אויף מיט א ספע[צ]יעלעפריינטלעכקייט און צופרידנקייט.
טדער זכות פון דער ארבעט וועט זיכער ביישטיין אלע אנטיילנעמער אוןברענגען יעדער איינער פון אייך א צוגאב פון ג-טלעכע ברכות אין אלעס איןוואס מ'נויטיג זיך.
יבברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.
יאט'שסה
מעלין בקודש: ברכות כח, א. וש"נ.
יבדערקלערט געווארן דורך דעם אלטן רבי'ן: לקו"ת ראה לב, ב.