Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9370אגרות קודש· כרך כד· ט'שע
אט'שע
בב"ה, ימי הסליחות, ה'תשכ"ז
גברוקלין, נ.י.
דאל בני ובנות ישראל בכל מקום ומקום
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זמיר שטייען ביים אפשלוס פון ה'תשכ"ז, א יאר פון הקהל - די ספעציעלע מצוה וואס איז דורכגעפירט געווארן איין מאל אין זיבן יאר, אין דעם נאך-שמיטה יאר, צו פארזאמלען ("הקהל") דאס פאלק, מענער, פרויען און קינדער, אין בית-המקדש, מיטן צוועק צו שטארקן און דערמוטיגען זיי אין תורה און מצוות מיט יראת-שמים.
חווי אלע ענינים פון תורה, תורת חיים ("אנווייזונג אין לעבן"), שפיגלט זיך אפ אויך דער ענין פון הקהל אין פארשידענע זאכען פון טאג-טעגלעכן לעבן. אויף איין אספעקט דערפון וועלן מיר זיך דא אפשטעלן - אין צוזאמענהאנג מיט די איצטיגע טעג פון חשבון-הנפש מיט די געהעריגע אויספירן און באשלוסן, וועלכע דינען אלס צוגרייטונג צו א נייעם און בעסערן יאר אין אלע הינזיכטן. אבער צוערשט א הקדמה:
ט* * *
ידאס מענטשלעך לעבן דריקט זיך אויס אין דריי אלגעמיינע טעטיקייטן: מחשבה, דיבור און מעשה (געדאנק, ווארט און טאט).
יאאין איינקלאנג מיט דעם אנגענומענעם כלל, אז קיין זאך גייט ניט פארפאלן, איז דאס אזוי אויך בנוגע מענטשלעכע מחשבה, דיבורומעשה, ד.ה. אז א געדאנק, ווארט און טאט פון נעכטן און אייערנעכטן און נאך פריער זיינען ניט פארלארן געגאנגען, נאר האבן זייער השפעה אויך אויף דעם היינט און מארגן, ווי מען זעט עס גאנץ פשוט אין פאקטישע רעזולטאטן, סיי בנוגע זיך און סיי בנוגע דער סביבה.
יבנאך א נקודה אין דעם איז, וואס כאטש אויבערפלעכלעך ווייזט זיך אויס, אז אן אפגעטאנענע זאך איז שוין ארויס פון דעם מענטשלעכן רשות: וואס געווען איז געווען, און דער מענטש קען ניט צוריקציען און ענדערן דעם עבר -- איז אבער באמת ניט אזוי, ווארום דער אויבערשטער האט דעם מענטשן געגעבן א ג-טלעכן כוח - דורך תשובה - איבערצואנדערשן אויך דעם עבר. דאס הייסט, אז תשובה מיינט, ניט נאר די מעגלעכקייט צו ענדערן דעם גאנג פון דער צוקונפט, נאר האט אויך דעם כוח דירעקט ווירקן אויפן עבר: איבעראנדערשן אים ביז - אים איבערצומאכן אינגאנצן; ביז אפילו בייזוויליגע מעשים פארלירן זייער הארבע שולד (זדונות נעשות לו כשגגות ), אוןנאך מער - זיי קענען אפילו פארוואנדלט ווערן אין פאזיטיווע דערגרייכונגען)זדונות נעשות לו כזכיות).
יגאון א ווייטערדיגע נקודה: עס זיינען פאראן זאכן וועלכע קומען צום אויסדרוק - אין ספעציעלע צייטן - מיט מער לעבעדיקייט און געפיל ווי אין אנדערע צייטן. און דאס ברענגט אונז צו דער ספעציעלער באדייטונג פון הקהל אין דעם איצטיגען מאמענט:
יד* * *
טואויב יעדן יאר, אין דער דאזיגער צייט, דארף א מענטש מאכן א חשבון און סך-הכל פון זיינע מחשבות , דיבורים ומעשים אין פארגאנגענעם יאר, אויך אלס א הכנה צו ראש השנה, ווען ער נעמט אויף זיך די אבסאלוטע סואוועריניטעט פון דעם בורא עולם און מלך העולם , דארף דאס דורכגעפירט ווערן מיט נאך מער איבערגעבנקייט און געפיל ביים אפשלוס פון הקהל-יאר . ווארום דער ענין פון הקהל , אין א גייסטיגען זין, דערמאנט און פאדערט צונויפזאמלען אלע זיינע מחשבות, דיבורים און מעשים און זיי אריינשטעלן אין זיין אינערלעכן "בית-המקדש", מיט א פולשטענדיגער איבערגעבנקייט צו אונטערווארפן זיך צום דבר המלך - צום אויבערשטן.
טזהייאר, צום אפשלוס פון הקהל-יאר, דארף א איד מאכן א ספעציעלן חשבון-הנפש אין דעם גייסט פון "הקהל" מיט א פעסטן באשלוס:
יזצו ענדערן די מחשבות, דיבורים און מעשים אין טאג-טעגלעכן לעבן, וועלכע פאדערן אן ענדערונג;
יחצו פאריכטן און פארבעסערן די וועלכע פאדערן מער שלימות;
יטאון אריינברענגען מער התלהבות און לעבעדיקייט אין די ענינים וועלכע זיינען אפילו אפגעטאן געווארן בשלימות, אבער נאר לפי ערך פון א גייסטיגען צושטאנד אין וואכעדיגע חדשים, כדי זיי צו באלעבן מיט דעם גייסט פון דעם איצטיגען מאמענט פון ערב די הכתרה (קרוינונג) פון המלך, ווען אלע ענינים פון מחשבה, דיבור ומעשה מוזן זיין גאר אין אן אנדער אופן פון דערהויבנקייט,
כביז צו דער פולער אנטפלעקונג פון ג-טלעכקייט אין פערזענלעכן לעבן, אין זיין אומגעבונג, און אין דער גאנצער וועלט ,
כאאין איינקלאנג מיט דער תפילה: מלוך על העולם כולו כו' וידע כו' ויבין כו' ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה (זאל דיין קעניגלעכע הערשאפט זיך אויסשפרייטן איבער דער גאנצער וועלט..און זאל וויסן..
כבפארשטיין..און זאגן יעדער איינער וואס אטעמט: ג-ט, דער ג-ט פון ישראל, איז קעניג, און זיין קעניגטום הערשט אין אלץ).
כגאריינטראכטענדיג זיך אז קיין זאך ווערט ניט פארפאלן, זעט מען אז עס איז ניטא קיין גרונט פאר עצבות און מוטלאזיקייט, ניט נאר בנוגע דער צוקונפט, נאר אויך ניט בנוגע דעם עבר. פארקערט, אין דער פולער זיכערקייט, אז דער אויבערשטער איז משגיח אויף יעדן איינעם און איינע און העלפט יעדע גוטע תנועה און פעולה, קען דער מענטש צוגיין צו די הכנות צום נייעם יאר מיט פולשטענדיגער שמחה. און אויב אפילו געוויסע ענינים אין דעם פארגאנגענעם יאר רופן ארויס א טיפן באדויער, איז אבער אין דער זעלבער צייט דא די איבערוועגענדע שמחה וואס
כדדער אויבערשטער האט געגעבן די מעגלעכקייט צו פארוואנדלען אפילו זדונות ר"ל, אין זכיות. עס איז אויך פארשטענדלעך, אז ווען א זאך ווערט געטאן מיט שמחה און זיכערקייט, ווערט עס אפגעטאן אויך מיט מער הצלחה.
כההשם יתברך זאל העלפן יעדן איינעם און איינע, בתוככי כלל
כוישראל, אויסצונוצן די דאזיגע מעגלעכקייט אין דער פולסטער מאס ובשמחה ובטוב לבב.
כזבברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה
כחמנחם שניאורסאהן
כטט'שע
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 447.
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 447.
לא יאר פון הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.
לאדריקט זיך אויס..מעשה: ראה תניא רפ"ד ורפ"ו.
לבבנוגע..ומעשה: ראה תניא פכ"ט (לו, ב ושם). אגרת התשובה פ"ו. ובכ"מ. ובזח"ג (לא, ב.
לגקכא, ב) שהזכיר רק עובדא ומלה, י"ל ע"פ מש"כ בריש קו"א לתניא בבי' הזח"ג (קה, א).
לדועצ"ע.
להזדונות..כשגגות..כזכיות: יומא פו, ב. וברש"י ד"ה כאן (שם פו, א): נעקר עונו מתחלתו.
לווכפס"ד דהלכה אחר קידושין אצל חכם והתירה מקודשת למפרע (כתובות עד, ב).
לזצונויפזאמלען..מעשים: ראה לקו"ת תצא (לו, א. לז, א).
לחאינערלעכן "בית-המקדש": כמש"נ ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם (ראה של"ה ש' האותיות אות ל'. ובכ"מ). ירמי' ז, ד (לקו"ת ר"פ פקודי).
לטדבר המלך - צום אויבערשטן: להעיר שמצות הקהל היא לשמוע קריאת המלך "ויראה עצמו כאילו..מפי הגבורה שומעה שהמלך שליח הוא להשמיע דברי הא-ל" (רמב"ם סוף הל' חגיגה).
מ------------------------
מאכמש"נ: תרומה כה, ח.
מבהכתרה..המלך: שזהו בר"ה (ר"ה טז, סע"א) וכמו שהי' בר"ה הראשון (שם לא, רע"א.
מגפדר"א פי"א).
מדאין דער גאנצער וועלט: כל העולמות - עשי' יצירה בריאה אצילות וגם בקליפות להכניעם (משנת חסידים מס' ליל ר"ה פ"ח מ"ב).
מהעצבות..פארקערט..שמחה: ראה תניא פכ"ו ואילך.
מוהעלפט יעדע גוטע תנועה: יומא לח, סע"ב: בא לטהר מסייעין אותו.
מזפולשטענדיגער שמחה: להעיר שמצות הקהל זמנה בחג זמן שמחתנו. ובל' החינוך (מצוה תריב): משרשי המצוה..שיקהלו..ויזכו לטובה וישמח הש"י במעשיו.