Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 25·Letter 9402אגרות קודש·כרך כה·ט'תב

אט'תב
בב"ה, ב' כסלו, ה'תשכ"ח
גברוקלין, נ.י.
דמר מנחם מענדל שי' ומרת אסתר רחל תחי'
השלום וברכה!
ואייער צדקה ביישטייערונג איז ערהאַלטן געוואָרן, און זיכער איז עס געגעבן געוואָרן בשמחה ובטוב לבב, וואָס דאָס פאַרגרעסערט נאָך די מצוה.
זעס איז זיכער איבעריג צו אונטערשרייכן די גרויסקייט פון צדקה בכלל, און בפרט אַ צדקה וואָס איז פאַרבונדן מיט גמילות חסדים און טיילווייז אויך מיט חינוך בנות ישראל וואָס מיט דער צייט וועט יעדע איינע פון די תלמידות זיין די עקרת-הבית פון אַ אידישע היים און אַ אידישע משפחה, און טיילווייז אויך מיט מבצע תפילין וואָס, ווי די גמרא דערציילט, ווען אַ איד טוט אָן תפילין "שפּיגלט" עס זיך אָפּ אין די תפילין פון הקדוש ברוך הוא, וואו די פרשיות ריידן בשבחן של ישראל און דערמיט ווערט אַראָפּגעבראַכט ספּעציעלע ברכות און סגולות פאַר אידן.
חדער אויבערשטער זאָל אייך באַגליקן איר זאָלט אויך ווייטער קענען טאָן אין עניני תורה ומצוות בכלל, און אין צדקה בפרט, לאורך ימים ושנים טובות בשמחה ובבריאות.
טבברכה בכל המצטרך בגשמיות וברוחניות.