Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 25·Letter 9418אגרות קודש·כרך כה·ט'תיח

אט'תיח
בב"ה, ערב חנוכה, ה'תשכ"ח
גברוקלין, נ.י.
דשלום וברכה!
האייער בריוו פון יום ה' פ' ויצא האָב איך ערהאַלטן.
וווי מיר האָבן גערעדט ווען איר האָט באַזוכט דאָ, איז מיין פעסטע מיינונג, אַז דער באַשלוס וועגן די סדרי לימודים פון אייער זון שי', און אין אַלע פרטים אין דעם, הענגט אָפּ פון אייער זון און זיין החלטה. און ווי איך האָב אייך דעמאָלט געזאָגט, איז דאָס ניט נאָר פאַר זיין טובה, נאָר אויך פאַר דער טובה פון אַלע זיינע נאָענטע. און בכלל איז ער שוין אין די יאָרן ווען עס האָט גאָר קיין אָרט צו געבן אים באַפעלן (אין דעם).
זדער אויבערשטער וואָס איז משגיח אויף יעדן איינעם בהשגחה פרטית זאָל אייך בענטשן מיט וואָס איר נויטיגט זיך, און אין דעם וואָס איז ספּעציעל אינערלעך וויכטיג – צו האָבן אמת'ע אידישע נחת פון אייער זון שי' און דאָס אַלעס אין א שטייגענדער מאָס, אין גייסט פון די חנוכה-ליכט וועלכע מיר צינדן אָן מיט אַ ליכטעלע מער יעדן טאָג.
חבכבוד ובברכה.