Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 25·Letter 9433אגרות קודש·כרך כה·ט'תלג

אט'תלג
בב"ה, ט"ו טבת, ה'תשכ"ח
גברוקלין, נ.י.
דצו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם 28'טן יערלעכן דינער
הפון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חדי היי-יאָרדיגע פייערונג פון דער צענטראַלער ישיבה תומכי-תמימים ליובאַוויטש פאַרצייכנט אויך דעם זיבעציג-יאָריגן יובילעאום זינט דער גרינדונג פון דער ערשטער ישיבה תומכי-תמימים אין ליובאַוויטש.
טעס שטייט געשריבן: זאת התורה – אדם, וואָס אין דעם ווערט אָנגעדייטעט, אַז אַ איד און תורה זיינען איין זאַך. אַזוי אויך איז אַ מוסד-תורה אין פיל הינזיכטן געגליכן צו אַ אידן: ביידע מאַכן דורך דעם זעלבן גלות, די זעלבע וואַנדערונגען און איבערלעבענישן, ביז עס ווערט דורכגעפירט די כוונה פון דער השגחה עליונה.
יזיבעציג יאָר איז אַ תקופה אין מענטשלעכן לעבן – ימי שנותינו בהם שבעים שנה, אַזוי אַז נאָכדעם הויבט זיך אָן אַ נייע תקופה, די תקופה פון "גבורות" שמונים שנה.
יאדי ליובאַוויטשער ישיבה האָט דורכגעמאַכט די תקופה פון 70 יאָר, און דאָס איז געווען איינע פון די שווערסטע און אויפטרייסלענדסטע תקופות אין אידישן גלות. אָבער בחסדי השם יתברך, שטייט היינט די ליובאַוויטשער ישיבה אין צענטער פון אַ קייט ליובאַוויטשער ישיבות אין פיל טיילן פון דער וועלט, אויף אַ הויכפּונקט פון אַנטוויקלונג און שעפערישקייט, און מ'זעט באַשיינפּערלעך, אַז זיי פירן דורך זייער אויפגאַבע און כוונה לויט דער פאָרויסזעאונג און פאַרזיכערונג פון די גרויסע און הייליגע גרינדער – די אויפגאַבע צו דערציען תלמידים תמימים, אין תורת ה' תמימה (גאַנצע אידן, אין אַ גאַנצער תורה), צו זיין נרות להאיר (ליכט וועלכע לייכטן און באַלייכטן) מיט דער ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור, סיי פון נגלה דתורה און סיי – פנימיות התורה, באַלייכטענדיג דעם וועג לקראת משיח צדקנו.
יבאיצט גייט די ישיבה תומכי-תמימים אַריין אין אַ נייע תקופה, און ווי אַלע ענינים פון תורה און קדושה מיינט דאָס אַ דערהויבונג צו נאָך אַ העכערע מדריגה, מעלין בקודש.
יגעס איז צו האָפן, אַז אַלע פריינט פון ישיבת תומכי-תמימים ליובאַוויטש וועלן וויסן ווי אָפּצושאַצן דעם היסטאָרישן מאָמענט פון אַזאַ סיום און התחלה אין דער גלענצענדער געשיכטע פון דעם דאָזיגן אייגנאַרטיקן מוסד תורה, וואָס איז איינער פון די שטאַרקסטע זיילן אין אידישן לעבן.
ידעס איז אויך צו האָפן, אַז אַלע פריינט און שטיצער, און בפרט די עסקני הישיבה, וועלן וויסן ווי אָפּצושאַצן דעם גרויסן זכות וואָס זיי האָבן אַלס שותפים אין די דערגרייכונגען פון ישיבת תומכי-תמימים ליובאַוויטש, און וועלן די דאָזיגע שותפות – די היסטאָרישע שותפות פון ישכר און זבולון – פאַרשטאַרקן און אויסברייטערן אין דער העכסטער מאָס, אין דער נייער תקופה פון גבורות אין וועלכע די ליובאַוויטשער ישיבה טרעט איצט אַריין.
טודער אויבערשטער זאָל אייך אַלעמען צוזאַמען און יעדן באַזונדער מצליח זיין אין דער דערמאָנטער שותפות און דורכדעם באַגליקן אין אַלץ וואָס מען נויטיגט זיך מאַטעריעל און גייסטיג.
טזבכבוד ובברכה להצלחה מופלגה ולבשורות טובות,
יזמ. שניאורסאהן