Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 25· Letter 9452אגרות קודש· כרך כה· ט'תנב
אט'תנב
בב"ה, ראש השנה לאילנות, ה'תשכ"ח
גברוקלין, נ.י.
דצו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס – אין אַלגעמיין, און צו די אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער מלוה מלכה – בפרט
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זאין ענטפער אויף דער מיטטיילונג וועגן דער בעפאָרשטייענדער יערלעכער מלוה מלכה, מוצאי שבת קדש פ' יתרו,
חזאָל דער אויבערשטער העלפן, אַז די אונטערנעמונג – וואָס איז די איינציקע עפענטלעכע אונטערנעמונג במשך פון יאָר – זאָל זיין מיט גרויס הצלחה בגשמיות וברוחניות.
טזיכער וועט יעדער איינער און איינע פון די אָנטיילנעמער ברענגען מיט זיך צו דער מלוה מלכה אַ היבשע מאָס התעוררות פון דער סדרה פון דעם שבת, וואָס איר אינערלעכע נקודה איז מתן-תורה, און קבלת-התורה.
ידי שייכות און ספּעציעלע פאַרדינסטן פון אידישע פרויען און טעכטער צו קבלת-התורה איז אָנגעדייטעט געוואָרן אין תורה גופא, דורכדעם וואָס דער אויבערשטער האָט געהייסן משה רבינו פריער ריידן מיט די פרויען וועגן קבלת-התורה און דערנאָך מיט די מענער. דערמיט אונטערשטרייכט די תורה, אַז די אידישע פרוי – די עקרת-הבית ("בית יעקב") – פאַרנעמט אַ גאָר וויכטיגן אָרט אין פאַרזיכערן און פאַרשטאַרקען דעם טאָג-טעגלעכן תורה-לעבן פון אידישן פאָלק!
יאפאַרשטייט זיך, אַז כדי צו דערפילן די דאָזיגע אויפגאַבע אין דער פולסטער מאָס, מוז פריער פאַרזיכערט ווערן דער געהעריגער תורה-חינוך פון די אידישע טעכטער. דערפון איז קלאָר די לעבנס-וויכטיגע נויטווענדיקייט פון די "בית רבקה" שולעס פאַר מיידלעך.
יבגראַדע מיט עטלעכע טעג צוריק איז געווען דער יאָרצייט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר (יו"ד שבט), דער גרינדער פון די בית רבקה מוסדות, וואָס האָט אַזויפיל צייט און ענערגיע אָפּגעגעבן פאַר זייער גרינדונג און אַנטוויקלונג. יעדער איינער און איינע פון אונז וואָס האָט זיך פאַראייניגט מיט דעם זכרון פון בעל-ההילולא האָט אוודאי באַנייט און פאַרדאָפּלט די גוטע החלטות צו גיין אין זיינע פוסטריט און פאָרזעצן זיין הייליגע אַרבעט בכלל, און פאַר בית רבקה בפרט, אין אַ פאַרגרעסערטער מאָס.
יגדער היינטיגער טאָג פון ראש-השנה לאילנות דערמאָנט אונז נאָכ[אַ]מאָל, אַז האדם עץ השדה – אַ מענטש איז ווי אַ בוים. פּונקט ווי עס איז לעבנס-וויכטיג פאַר דעם בוים און זיינע צוקינפטיגע פרוכט, אַז ער זאָל באַקומען די נויטיגע דערנערונג און באַדינונג בשעת ער איז נאָך גאָר יונג, אַזוי און נאָך מער איז דאָס באַ אַ אידיש קינד.
ידאיך האָף אַז אַלע אָנטיילנעמער און פריינט פון בית רבקה וועלן מאַכן אַ ספּעציעלע אָנשטרענגונג צו שאַפן די פולסטע הילף פאַר דער אויסהאַלטונג און אויסברייטערונג פון די בית רבקה, כדי צו קענען אַרייננעמען וואָס מער תלמידות און דערציען יעדע איינע פון זיי צו זיין אַ משפּיעה, מדריכה, מחנכת, און עקרת הבית – על טהרת הקדש.
טובכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,
טזמ. שניאורסאהן