Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 25·Letter 9459אגרות קודש·כרך כה·ט'תנט

אט'תנט
בב"ה, ראש חודש אדר, ה'תשכ"ח
גברוקלין, נ.י.
דצו דער 26טער יערלעכר מסיבה פון די "נציבי הישיבה" "תומכי תמימים ליובאַוויטש" אין מאָנטרעאל,
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זמיר געפינען זיך אין די טעג ווען מיר לייענען אין דער תורה די פרשיות וואו עס רעדט זיך וועגן בויען דעם משכן.
חאַזוי ווי די תורה איז אַ נצחיות'דיגע, זיינען דאָך אירע אָנווייזונגען (תורה מלשון הוראה) אייביג גילטיג. דאָס מיינט, אַז אידן קענען און דאַרפן בויען אַ "משכן" און "מקדש" פאַר דער ג-טלעכער שכינה אין אַלע צייטן און אומעטום וואו אידן געפינען זיך.
טדי אייביגע גילטיקייט פון דער תורה, ווערט בולט אונטערגעשטראָכן פון דעם וואָרט פון אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן-ערוך, אַז די סדרה פון דער וואָך האָט אַ שייכות צו די פּאַסירונגען פון דער באַטרעפנדער וואָך. די שייכות מיט דער יערלעכער אונטערנעמונג פון דער ישיבה ווערט קלאָר ווען מיר באַטראַכטן זיך, אַז די דאָזיגע אונטערנעמונג איז באמת אויך אַן ענין פון "בויען אַ משכן".
ידי אינערלעכע נקודה פון בויען דעם משכן איז דאָס וואָס אידן האָבן גענומען אַ טייל פון זייער גאָלד, זילבער, און אַנדערע מאַטעריעלע זאַכן, און האָבן דערמיט געבויט אַ הייליגן אָרט פאַר דער ג-טלעכער שכינה. אַזוי אַרום האָבן זיי אַראָפּגעבראַכט די שכינה צו רוען צווישן זיי, און צוזאַמען מיט דער שכינה זיינען אַראָפּגעבראַכט געוואָרן די ג-טלעכע ברכות אין אַלע זייערע ענינים, סיי מאַטעריעלע און סיי גייסטיגע.
יאאין היינטיגע צייטן פאַרנעמט די ישיבה דעם אָרט פון דעם "משכן" און "מקדש". די ישיבה, וואו מ'לערנט דעם אויבערשטנ'ס תורה און מ'דאַוונט טעגלעך, מיט כוונה און מסירת-נפש, וואָס תורה און תפלה זיינען דאָך אַנשטאָט קרבנות – איז דער "משכן" פאַר דער ג-טלעכער שכינה, וואָס ברענגט די ג-טלעכע ברכות פאַר די אַלע וועלכע האָבן אַ חלק אין בויען און אויסהאַלטן דעם דאָזיגן הייליגן מוסד.
יבעס איז צו האָפן דעריבער, אַז אַלע אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער אונטערנעמונג פאַר דער ליובאַוויטשער ישיבה אין מאָנטרעאַל וועלן נאָכטאָן און אַרויסווייזן דעם גייסט פון אָפּפערוויליקייט, מיט התלהבות און שמחה, וואָס די בויער פון דעם ערשטן משכן האָבן אַרויסגעוויזן. זיכער וועט דאָך יעדער איינער פון אייך וויסן ווי אָפּצושאַצן דעם גרויסן זכות פון העלפן בויען אַ משכן פאַר דער ג-טלעכער שכינה, אַ מוסד פון וואַנעט די ליכטיקייט פון תורה און מצוות שפּרייט זיך אויס און באַלייכט און באַלעבט דעם אידישן לעבן אין דעם נאָענטן און ווייטן אַרום.
יגדער זכות זאָל אַלעמען און זייערע בני בית שיחיו ביישטיין, צו געניסן די ג-טלעכע ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות.
ידבברכה להצלחה ולבשורות טובות און אַ פריילעכן פורים אין אַלע הינזיכטן.