Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 25· Letter 9465אגרות קודש· כרך כה· ט'תסה
אט'תסה
בב"ה, י"א אדר, ה'תשכ"ח
גברוקלין, נ.י.
דלכבוד מר אברהם גד שי' מאחעראווסקי
הארובא
ושלום וברכה!
זדערמיט באַשטעטיג איך די ערהאַלטונג פון אייער [בריוו] פון ח' אדר, מיט דאָס בייגעלעגטע.
חדער זכות פון צדקה, פאַר וועלכע [אַ] קבלה איז בייגעלעגט, זאָל אייך און אַלע אייערע ביישטיין, געבענטשט צו ווערן אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.
טשטייענדיג פאַר די טעג פון פורים, זאָל דער אויבערשטער געבן, אַז פּונקט ווי עס איז געווען "בימים ההם", אַזוי זאָל זיין "בזמן הזה" – ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, אין דער געוויינלעכער באַדייטונג פון די ווערטער, ווי אויך לויט זייער אינערלעכן אינהאַלט, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה האָ[בן] דערקלערט "אורה (ליכטיקייט) – דאָס מיינט תורה", וכולי.
יאון פון איין גאולה צו אַ צווייטער גאולה – מיר זאָלן אַלע בתוך כלל ישראל זוכה זיין צו דער גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו בקרוב ממש.
יאאיך ווינטש אייך און אַלע אייערע שיחיו אַ פריילעכן פורים און אַ גוטן תמיד.
יבבברכה לבשורות טובות.