Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 25·Letter 9496אגרות קודש·כרך כה·ט'תצו

אט'תצו
בב"ה, אין די טעג פון ספירה, ה'תשכ"ח
גברוקלין, נ.י.
דצו דער דרייצנטער יערלעכער קאָנווענשאָן
הפון נשי ובנות חב"ד
וה' עליהן תחיינה
זשלום וברכה!
חדי יערלעכע קאָנווענשאָן קומט היי-יאָר פאָר אין די סגולה-טעג וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט שבת מברכים חודש סיון, חודש השלישי, דער חודש פון מתן-תורה.
טדי תורה דערציילט אונז, אַז ראש-חודש סיון זיינען די אידן געקומען צום באַרג סיני און האָבן דאַן דערגרייכט די מדריגה פון אחדות (אייניקייט). ווי דאָס ווערט אָנגעדייטעט אין די ווערטער ויחן שם ישראל (לשון יחיד) – דאָס אידיש פאָלק האָט דאָרט גערוט – אַלע ווי איינער, פאַראייניגט און פאַראיינציגט דורך דעם געדאַנק פון מקבל צו זיין די תורה און מצוות.
יווי וויכטיג דער דאָזיגער מאָמענט איז געווען, איז קלאָר פון דעם מאמר חכמינו ז"ל, אַז די פאַראייניגונג פונם אידישן פאָלק איז געווען די סיבה פאַר מתן-תורה.
יאעס איז מערערע מאָל אונטערגעשטראָכן געוואָרן, אַז עס זיינען פאַראַן לעבנסוויכטיגע מאָמענטן פאַר כלל ישראל, ספּעציעל ענינים פון תורה און אידישקייט, וואו די פרוי פאַרנעמט אַ גאָר וויכטיגן אָרט. איינער פון זיי איז דער ענין פון אחדות אין דער משפחה, וואָס באַ דער פרוי געפינען זיך די הויפּט-שליסלען פון אחדות צווישן די עלטערן און קינדער, די עלטערן צווישן זיך, און די קינדער צווישן זיך. אויף דעם דאָזיגן געביט, ווי מ'זעט באַשיינפּערלעך, האָט די פרוי און מוטער צו זאָגן גאָר אַ סך, און אין די מייסטע פאַלן נאָך מערער ווי דער מאַן און פאָטער. דאָס איז איינער פון די טעמים פאַרוואָס די פרוי ווערט אָנגרופן "עקרת הבית".
יבעס איז אויך קלאָר, אַז דער ענין פון אחדות באַ אידן אין אַ ברייטערן פאַרנעם – אחדות פון איין משפחה מיט אַ צווייטער, און אחדות פון גאַנצן פאָלק ישראל בכלל – איז אָפּהענגיק פון דער אחדות אין דער משפחה. וואו עס פעלט חלילה אחדות אין אַ משפחה, איז דאָך ניט צו ערוואַרטן אחדות צווישן דער משפחה און אַ צווייטער.
יגאָבער אפילו ווען די אחדות אין דער משפחה איז אויפן בעסטן אופן, בלייבט נאָך אַלץ די פּראָבלעם פון אחדות צווישן אידן בכלל, וואָס דער יסוד פון אמת'ע אידישע אחדות איז, ווי אויבן באַמערקט, תורה און מצוות.
ידאויב אין אַלע צייטן איז געווען גאָר ניט לייכט צו דערגרייכן אחדות, איז די דאָזיגע פּראָבלעם פיל מער קאָמפּלעצירט געוואָרן אין די היינטיגע צייטן פון "פרייהייט" אין די "פרייע" לענדער, וואו מענטשן זיינען ניט באַשרענקט ווי אַמאָל אין באַצוג צו זייער וואוינאָרט, באַשעפטיקונג, דערציאונגס-אַנשטאַלטן, מיינונגען, השקפות, אאַ"וו.
טואָט די אַלע פאַרשידנאַרטיקייטן און צעשפּליטערונגען – געאָגראַפישע, סאָציאַלע, קולטורעלע, אד"ג – זיינען די "ביי-פּראָדוקטן" פון דער היינט-צייטיגער "פרייהייט". די ניי-געשאַפענע אומשטענדן האָבן געשאַפן נייע פּראָבלעמען און שוועריקייטן, וועלכע מוזן אָבער באַטראַכט ווערן אַלס אַרויספאָדערונגען. מיט אַ פּאַסנדן צוגאַנג און פעסטן ווילן קענען זיי געלייזט ווערן.
טזאיך האָף, אַז די היי-יאָרדיגע קאָנווענשאָן פון נשי ובנות חב"ד וועט ווידמען די נויטיגע אויפמערקזאַמקייט צו די דערמאָנטע פּראָבלעמען און זייער לייזונג, ניט אונטערשאַצנדיג דערביי די פיל-פאַכיגע פליכטן און ווייטגרייכנדע מעגלעכקייטן פון אידישע פרויען בכלל, און פון נשי** ובנות חב"ד בפרט. וואָרום דאָס איז דאָך זיכער, אַז די פליכטן וואָס די השגחה עליונה לייגט אַרויף זיינען קיינמאָל ניט איבער די כוחות און מעגלעכקייטן וואָס די השגחה עליונה גיט, כדי זיי דורכצופירן אין לעבן.
יזדער עיקר איז, אַז די קאָנווענשאָן זאָל ברענגען צו פאַרגרעסערטע און אויסגעברייטערטע פעולות, ווייל מעשה הוא העיקר**, און דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז מ'זאָל טאָן און אויפטאָן אין דער פולסטער מאָס, לויט די פולסטע מעגלעכקייטן, און מתוך שמחה וטוב לבב.
יחבברכה להצלחה ולבשורות טובות ברוחניות ובגשמיות גם יחד.
יטמ. שניאורסאהן