Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 25·Letter 9523אגרות קודש·כרך כה·ט'תקכג

אט'תקכג
בב"ה, ט"ז תמוז, ה'תשכ"ח
גברוקלין, נ.י.
דצו די תלמידים פון דער כתה פון
ההרב שבתי אַלפּערין שי'
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חאייער בריוו פון ערב שבת קדש פ' זאת חקת התורה איז ערהאַלטן געוואָרן.
טדער אויבערשטער זאָל דערפילן אייער האַרץ-פאַרלאַנג לטובה וועגן וועלכן איר שרייבט, איר זאָלט מצליח זיין אין לימוד התורה וקיום המצוות בהידור, דורכגעדרונגען מיט יראת השם און אהבת השם, און עס זאָל מקויים ווערן באַ יעדערן פון אייך און באַ אַלעמען צוזאַמען דער מאמר פון אונזערע חכמים ז"ל: יגעת – מען זאָל זיך אָנשטרענגען און האָרעווען, דאַן איז די הבטחה – ומצאת – איר וועט געפינען פיל הצלחה אין דעם אַלעם.
יגעוויס איז אייך באַקאַנט די פרשה פון י"ב-י"ג תמוז, די גאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואָס דערמאָנט זיין מסירת נפש אויף אידישקייט בכלל און אויף חינוך על טהרת הקדש פאַר אידישע קינדער בפרט, ניט אָפּשרעקנדיג זיך פון קיינע שטערונגען. דאָס דאַרף אַרויסרופן אין יעדן איינעם אַ תוספת כוח און דערמוטיקונג אין לימוד התורה וקיום המצוות מיט מער און מער איבערגעבנקייט.
יאבברכה להצלחה ולבשורות טובות אין אַלעם אויב[נ]געשריבענעם.