Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 25·Letter 9525אגרות קודש·כרך כה·ט'תקכה

אט'תקכה
בב"ה, כ' תמוז, ה'תשכ"ח
גברוקלין, נ.י.
דש"ב הוו"ח אי"א נו"מ בעל מדות עוסק בצ"צ
הרב פעלים ובעל מרץ וכו' מר יצחק שי'
ושלום וברכה!
זזיינערצייט האָב איך באַקומען אייער בריוו פון 16טן מאי, און האָב געוואַרט אויפן ערהאַלטן פון די צוויי ביכער וואָס איר שרייבט, רעכענדיג אַז זיי וועלן אָט-אָט אָנקומען. פאַקטיש זיינען זיי ערשט די טעג אָנגעקומען (אפשר איבער דעם שטרייק וואָס איז געווען אין פראַנקרייך), און איך אייל זיך צו באַשטעטיגן דעם ערהאַלטן.
חגלייכצייטיג וויל איך אויסדריקן מיין וואונש, אַז איר און בכלל אידן זאָלן פון איצט אָן און ווייטער קענען דרוקן און פאַרשפּרייטן נאָר בשורות טובות, סיי בכללות און סיי וועגן יחידים, און טאָן דאָס אין גוטן געזונד און אין אַ גוטער שטימונג, זעלבסטפאַרשטענדלעך אויך איינגעשלאָסן גוטע בשורות וועגן דער משפחה שי'.
טבפרט אַז מיר קומען פון די טעג פון יב-יג תמוז, די באַפרייאונג זיינערצייט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואָס געוויס איז אייך די פרשה באַקאַנט. אויך ווייסט איר, אַז באַ אידן – עם קשי עורף – איז אַ יום זכאי און יום גאולה וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ פּאַסירונג איין מאָל, האָט עס אַ המשך און בלייבט אַזוי און ווערט באַטראַכט אַלס יום סגולה מדי שנה בשנה.
יבברכה לבשורות טובות אין אלע הינזיכטן,
יאש"ב.