Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 25·Letter 9536אגרות קודש·כרך כה·ט'תקלו

אט'תקלו
בב"ה, חמשה עשר באב,
גערב שבת-נחמו, ה'תשכ"ח
דברוקלין, נ.י.
המר צבי יעקב שי' ראַסלער
ומאָנטרעאַל
זשלום וברכה!
חאיך האָב באַקומען אייער בריוו פון י"ט תמוז.
טאַזוי ווי דער ענטפער ווערט געשריבן אין אַ מזל'דיגן טאָג, וואָס איז אַמאָל געווען איינער פון די פריילעכסטע טעג, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב כו'),
יווינש איך אייך און אייער פרוי און בני בית שיחיו הצלחה אין אַלע אייערע ענינים, בפרט אַ פאַרבעסערונג אין פרנסה, און בעיקר צו דערציען יעדן און אַלע אייערע קינדער שיחיו לתורה ולחופה ולמעשים טובים, מתוך שמחה וטוב לבב.
יאאון עס זאָל באַ אייך מקויים ווערן לפ[ום] צערא אגרא – וויבאַלד איר האָט געהאַט אונאָנגענעמלעכקייטן אין ביידע ענינים, זאָל אייך דער אויבערשטער פאַרגיטיגן כמה פעמים ככה, און איר זאָלט האָבן גוטע בשורות צו מבשר זיין.
יבאון מיר זאָלן אַלע זוכה זיין בתוך כלל ישראל צו דעם מקויים ווערן פון דער נבואה פון דער הפטרה פון היינטיגן שבת-נחמו – נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם, און די טעג פון בין המצרים זאָלן פאַרוואַנדלט ווערן לששון ולשמחה ולמועדים טובים.
יגבברכה להצלחה ולבשורות טובות.
ידנ. ב.
טועס ווערט דאָ אומגעקערט דער בריוו פון באַנק וכו' וואָס איר האָט צוג[ע]לייגט צו אייער בריוו. אויך איז דאָ בייגעלייגט אַ באַנקנאָט פון אַ קופה פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אַריינצולייגן אין זעלבער קאָנטא ווי פאָריגן מאָל און זאָל זיין מיט הצלחה.