Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 26·Letter 9604אגרות קודש·כרך כו·ט'תרד

אט'תרד
בב"ה, ד' כסלו, ה'תשכ"ט
גברוקלין, נ.י.
דמתפללי בית הכנסת "עטרת צבי", אַטלאַנטיק סיטי
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זעס האָט מיר געפרייט צו באַקומען, זיינערצייט, די ידיעה וועגן דער אַלגעמיינער פאַרזאַמלונג פון די חברים און מתפללים שליט"א און די החלטה ווייטער אויפצוהאַלטן – און זיכער אויך פאַרשטאַרקן – די שול; און וועגן דער דערוויילונג פון אַ נייער הנהלה אונטער דער אָנפירערשאַפט פון הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור מו"ה לוי יצחק שי' אייזנער צוזאַמען מיט די אַנדערע מיטגלידער פון דער עקזעקוטיווע.
חזיכער איז איבעריק צו אונטערשטרייכן, אַז דאָס איז די ריכטיגע החלטה און גוטע החלטה. וואָרום עס איז דאָך שטענדיג די פליכט צו שטאַרקן און אויסברייטערן אַ כשר'ע שול, בפרט אין אונזער צייט.
טעס איז דעריבער צו האָפן, אַז די הנהלה און די מתפללים שי' וועלן זיך ניט באַגנוגנען מיט אויפהאַלטן די שול, נאָר וועלן אָנווענדן אַלע באַמיאונגען אויסצוברייטערן די שול, סיי בכמות – פאַרגרעסערן די צאָל מיטגלידער און מתפללים, און סיי באיכות – דורך פּאַסנדע שיעורי-לימוד ברבים וכו'. און דער זכות הרבים וועט זיכער ביישטיין.
יהשם יתברך זאָל העלפן אַז די שול זאָל זיך אַנטוויקלען און אויפבליען בגשמיות וברוחניות גם יחד, און עס זאָל באַרעכטיגן דעם נאָמען "קהילה קדישא", און זאָל זיין אַ צנור ממשיך צו זיין ברכת ה' צו יעדן איינעם פון די בויער, שטיצער און מתפללים, מיט זייערע בני בית שיחיו.
יאבכבוד ובברכת הצלחה.