Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 26·Letter 9605אגרות קודש·כרך כו·ט'תרה

אט'תרה
בב"ה, י"ג כסלו, ה'תשכ"ט
גברוקלין, נ.י.
דהרבנית מרת לאה תחי'
הברכה ושלום!
ודורך אייער מאַן, הרה"ח וו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר מנחם שמואל דוד שי' הלוי איז אָנגעקומען אייער טשעק אויף צדקה אין צוזאַמענהאַנג מיט אייער באַשלוס, וואָס דאָס באַטרעפט מער ווי מעשר.
זזיכער איז אייך באַקאַנט וועגן דער גרויסקייט פון דעם זכות פון מצות הצדקה בכלל, און בפרט אַז עס איז אָנגעקומען אין די דאָזיגע סגולה-טעג צווישן יו"ד און י"ט כסלו, די טעג פון גאולה פון אַלטן רבי'ן און זיין זון דער מיטעלער רבי. דערמאָנענדיג די זכותים צוליב וועלכע זיי זיינען אויסגעלייזט געוואָרן – וואָס דאָס איז געווען אַ גאולה אויך פאַר יעדן איינעם פון אונז אויף אַלע דורות – אונטערשטרייכן זיי אַז ספּעציעל איז זיי בייגעשטאַנען דער זכות פון מצות הצדקה.
חדערפון איז פאַרשטאַנדיג אַז די מצוה פון צדקה איז איינע פון די וועגן דורך וועלכע יעדער איינער און איינע קען אויסגעלייזט ווערן פון אַלע אומגעוואונשענע ענינים, און זיין שטענדיג בשמחה ובטוב לבב. און דאָס ברענגט אַ צוגאָב ברכה והצלחה אין אַלע גוטע ענינים, בפרט צו האָבן אמת'ן נחת, וואָס דאָס איז אידישער-חסידישער נחת פון יעדן פון די קינדער שי' און פון אַלע צוזאַמען, מתוך בריאות והרחבה בגשמיות וברוחניות.
טבברכת חג הגאולה ולבשורות טובות בכל האמור,
ימ. שניאורסאהן