Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 26· Letter 9609אגרות קודש· כרך כו· ט'תרט
אט'תרט
בב"ה, י"ז כסלו, ה'תשכ"ט
גברוקלין, נ.י.
דמר משה שי' מאָזעס
השלום וברכה!
ומ'האָט מיר איבערגעגעבן וועגן דעם נייעם עסק וואָס איר האָט געעפנט און אייער בקשת ברכה.
זהשם יתברך זאָל געבן אַז די דערעפנונג פון דעם געשעפט זאָל זיין בשעה טובה ומוצלחת און עס זאָל מקויים ווערן אין דעם דער וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ן: דער אויבערשטער גיט אידן גשמיות און אידן מאַכן פון גשמיות – רוחניות.
חבפרט אַז מיר געפינען זיך אין די סגולה טעג פון חודש כסלו, ערב י"ט כסלו – דער חג הגאולה פון אַלטן רבי'ן, וואָס די פרשה איז אייך זיכער באַקאַנט.
טבברכה להצלחה ולבשורות טובות ובברכת חג הגאולה.