Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 26· Letter 9617אגרות קודש· כרך כו· ט'תריז
אט'תריז
בב"ה, כ' כסלו ה'תשכ"ט
גברוקלין, נ.י.
דאל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זדער רבי, דער שווער, וואָס איז געווען דער מנהל-פועל פון דער ישיבה תומכי-תמימים אין ליובאַוויטש זינט איר גרינדונג, און שפּעטער איר נשיא, און וואָס האָט איבערגעפלאַנצט די ישיבה אין אַמעריקא מיט 29 יאָר צוריק, וואו זי האָט זיך בעזר השי"ת צעבליט און פאַרצווייגט גאָר אויסערגעוויינלעך,
חהאָט איבערגעגעבן אַ וואָרט פון אַלטן רבי'ן בעל התניא והשולחן- ערוך, וועמענס חג הגאולה מיר האָבן ערשט געפייערט –
טאַ וואָרט וואָס איז פון ספּעציעלער באַדייטונג ניט נאָר אין צוזאַמענהאַנג מיט י"ט כסלו, נאָר אויך אין צוזאַמענהאַנג מיט דער בעפאָרשטייענדער יערלעכער פייערונג פון דער ליובאַוויטשער ישיבה (כ"ט טבת הבע"ל):
יאידישע גשמיות איז רוחניות. דער אויבערשטער גיט אונז גשמיות, מיר זאָלן דערפון מאַכן רוחניות.
יאאין די דאָזיגע געציילטע ווערטער ליגט אַ טיפער לימוד און צייטיגע אָנווייזונג, ווי אַזוי עס דאַרף זיין דער צוגאַנג פון אַ אידן צו עניני צדקה בכלל, און צו ישיבות און מוסדות חינוך על טהרת הקודש, בפרט:
יבדי גאַנצע שייכות פון אידן – עַם קדוש לה' – צו גשמיות איז, ווייל אידישע גשמיות – גשמיות ווי אַ תורה-איד פאַרשטייט און דערגרייכט – איז בעצם רוחניות, און צו רוחניות האָט דאָך אַ איד גאָר אַ גרויסע שייכות. במילא גיט דער אויבערשטער אַ אידן וואָס מער גשמיות, כדי דער איד זאָל דערפון מאַכן וואָס מער רוחניות.
יגדער העכסטער ענין רוחניות איז דאָך לימוד התורה וקיום המצוות, ביז צו דערגרייכן די מדריגה פון דע את אלקי אביך ועבדהו בלב שלם ובנפש חפצה – פאַרשטיין ג-טלעכקייט און דינען דעם אויבערשטען מיט'ן גאַנצן האַרצן און גוטן ווילן, ווי דאָס ווערט אָנגעוויזען און אויפגעקלערט אין חסידות – ביז צום דינען השם דורך אַלע ענינים פון טאָג-טעגלעכן לעבן.
ידדער שטאַרקסטער ענין אין גשמיות איז דאָך געלט – די פרוכט פון דעם מענטשנ'ס האָרעוואַניע מיט אַלע זיינע כוחות.
טודאַרף אַ איד פאַרוואַנדלען דעם שטאַרקסטן גשמיות ענין – אין דעם העכסטן ענין אין רוחניות.
טזאין ליובאַוויטשער ישיבה תומכי-תמימים באַקומט די דערמאָנטע לערע פון דעם אַלטן רבי'ן איר פולסטן אויסדרוק בפועל. צו שטיצן דעם דאָזיגען מוסד – אַ פעסטונג פון תורה און חסידות – איז דעריבער איינע פון די בעסטע וועגן צו דערפילן די דערמאָנטע אָנווייזונג פון דעם אַלטן רבי'ן.
יזאיצט אַז די ישיבה תומכי-תמימים מאַכט צוגרייטונגען צו איר יערלעכע פייערונג, איז צו האָפן, אַז אַלע חובבי תורה, און בפרט די עסקנים און פריינד פון דער ישיבה, וועלן מאַכן אַ ספּעציעלע אָנשטרענגונג צו פאַרזיכערן דעם דערפאָלג פון דער אונטערנעמונג. און וואָס מער יעדער איינער און איינע וועלן געבן פון זייערע גשמיות – געלט, ווי אויך פון זייער מי און צייט – און פאַרוואַנדלן דאָס אין רוחניות – תורה, עבודה און גמילות חסדים – אַלץ מער גשמיות וועט דער אויבערשטער זיי געבן, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, און וועט יעדן איינעם און איינע ובני ביתם שיחיו מצליח זיין בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יחבכבוד ובברכה,
יטמ. שניאורסאהן