Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 26· Letter 9685אגרות קודש· כרך כו· ט'תרפה
אט'תרפה
בב"ה, י"ג אייר, ה'תשכ"ט
גברוקלין, נ.י.
דמרת זלאַטע תחי' אַלטהויז
הברכה ושלום!
ודי טעג האָב איך זיך דערוואוסט דורך אייער זון בנציון בנימין שי' וועגן פאַרלוסט (להבדיל בין חיים לחיים) פון אייער אייניקל האברך יורם הי"ד.
זדער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז פון איצט אָן און ווייטער זאָל זיין נאָר שמחות באַ יעדן אידן און באַ אַלע אידן צוזאַמען, שמחות בטוב הנראה והנגלה, און ווי דער נוסח פון דורי-דורות: אַך טוב וחסד ימצאם תמיד כל הימים.
חאון די נחמה אין דעם איז דאָך אויסגעדריקט געוואָרן אין דעם קורצן נוסח, איין זאַץ וואָס אַנטהאַלט אָבער דעם גאַנצן עיקר, אַז די פּאַסירונג איז פאַרבונדן – און דערפאַר איז אויך די נחמה פאַרבונדן – מיט נחמת ציון וירושלים, וואָס זי קומט דאָך פון מנחם ציון ובונה ירושלים, פון אויבערשטן אַליין; וואָס ער ווייסט דאָך דאָס באַהאַלטענע אין פּאַסירונגען וועלכע זיינען ניט פאַרשטענדלעך פאַרן מענטשלעכן שכל, און ער האָט דאָך בכוח צו טרייסטן מיט אַן אמת'ע נחמה, אַז אפילו דער מענטש באַנעמט דאָס אויך און ווערט געטרייסט.
טמיט אַ וואונש צו אריכות ימים ושנים טובות און, ווי געשריבן אויבן, זאָל פון איצט אָן און ווייטער זיין דער אינהאַלט פון ידיעות נאָר בשורות טובות בטוב הנראה והנגלה.
יובברכת הצלחה בעבודתה לטובת בנות ישראל תחי'.