Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 26· Letter 9763אגרות קודש· כרך כו· ט'תשסג
אט'תשסג
בב"ה, עש"ק פ' בראשית, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דאינהאַלט פון ענטפער פון כ"ק אדמו"ר שליט"א אויף בריוו פון ר' אהרן גרשון שי' קאהען פון כ"ז תשרי, תש"ל. איבערגעגעבן טעלעפאָניש*
השלום וברכה!
וערשט ערהאַלטן אייער בריוו וועגן אַריינגעבן אַ ספר תורה אין ישיבת תומכי תמימים אין מאָנטרעאַל, ביום א', הבע"ל, אין צוזאַמענהאַנג מיט אייער 50-יאָריגען חתונה-טאָג, לאורך ימים ושנים טובות.
זדער אויבערשטער זאָל אייך בענטשן צוזאַמען מיט אייער פרוי שתחי' – פילע יאָרן צו טאָן אין ענינים פון אידישקייט תורה ומצוות בכלל, ובמיוחד – דורכגענומען מיט חסידישע וואַרעמקייט, מיטן גייסט פון אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל, וואָס דאָס ווערט דאָך דורכגעפירט אין חינוך וואָס ווערט געגעבן אין ישיבת תומכי-תמימים, און אויך מזכה זיין את הרבים אין דעם, אַז גאָר פילע זאָלן טאָן לויט אייער אויבנדערמאָנטן ביישפּיל, וזכות הרבים תלוי בו.
חמיט וואונש צו גוטע בשורות אין דאָס אַלעס אויבנדערמאָנטע און אין גוטן געזונד.
טמנחם שניאורסאהן