Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 26·Letter 9768אגרות קודש·כרך כו·ט'תשסח

אט'תשסח
בב"ה, א' וירא, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דצו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער
הפון ישיבת אחי-תמימים אין נואַרק,
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חווי דער שטייגער באַ אידן צו פאַרבינדן די פּאַסירונגען פון דער וואָך מיט דער סדרה פון דער וואָך און אָפּלערנען דערפון די אמת'ע הוראות פון אונזער תורה (פון לשון "הוראה"), תורת אמת.
טדערציילט אונז די היינטיגע סדרה ווי אַזוי עס איז פאָרגעקומען דער געבורט און די דערציאונג פון דעם ערשטן אידישן קינד וואָס איז געבאָרן געוואָרן פון אידישע עלטערן – יצחק, דער זון פון אברהם ושרה, די ערשטע עלטערן פון אידישן פאָלק.
ייצחק'ס געבורט איז געווען איבערנאַטירלעך און ניסים'דיג. זיין ברית איז פאָרגעקומען ווען ער איז אַלט געווען אַכט טעג, און זיין דערציאונג איז דורכגעפירט געוואָרן מיט שוועריקייטן און נסיונות.
יאגאַנץ אַנדערש איז געווען מיט אברהם'ס זון ישמעאל, וועמענס געבורט איז געווען אַ נאַטירלעכער, און וועלכער איז גע'מל'ט געוואָרן ווען ער איז געווען 13 יאָר אַלט, דאָס הייסט, ווען ער איז שוין געווען אַ בר-דעת.
יבאון דער אויבערשטער האָט פאַרזיכערט אברהם'ען, אַז דוקא יצחק וועט זיין זיין אמת'ער יורש (כי ביצחק יקרא לך זרע) און דורך אים וועט אויפגעבויט ווערן דאָס אידישע פאָלק.
יגדערמיט לערנט אונז די תורה, אַז בשעת מען גייט אויפשטעלן אידישע דורות און אַ אידישע צוקונפט, קען מען ניט צוגיין דערצו מיט אַ "נאַטירלעכן" צוגאַנג און מיטן מענטשלעכן שכל און חשבונות.
ידאידישע עקזיסטענץ איז ניט אָפּהענגיק פון נאַטירלעכע געזעצן, נאָר פון דער ג-טלעכער אָנפירונג.
טודאָס גלייכן איז דער יסוד פון אידישן חינוך ניט באַזירט אויף נאַטור-חשבונות, ווי דאָס איז באַ אַנדערע פעלקער. מען וואַרט ניט ביז אַ אידיש קינד וועט ווערן אַ בר-דעת און וועט אַליין פאַרשטיין ווי אויפצופירן זיך און צוקומען צו אידישקייט. נאָר מ'גיט אים אַ אידישן חינוך אין דער פולסטער און שטאַרקסטער מאָס פון גאָר דער פריסטער יוגנט אָן. און דערמיט פאַרזיכערט מען אַז דער פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן זאָל זיין אַ שטאַרקער און אייביגער (ברית עולם), און מ'וועט איבערקומען אַלע שוועריקייטן און נסיונות, און געניסן פון אַלע ג-טלעכע ברכות בגשמיות וברוחניות.
טזדאָס איז אויך דער צוגאַנג און די שיטה פון ישיבת אחי-תמימים אין נואַרק, וואָס האָט היי-יאָר דערגרייכט איר "בר-מצוה". דאָס מיינט, אַז דער מוסד איז שוין רייף געוואָרן און דאַרף ערשט איצט אָנהויבן שטייגען אין דער פולסטער מאָס, פּונקט ווי דאָס דערגרייכן דעם עלטער פון בר-מצוה מיינט ניט אַ סיום ח"ו, נאָר אדרבה, אַן אָנהויב צו שטייגען אַלץ העכער און העכער.
יזאיך באַגריס די הנהלה פון דער ישיבה, די חשוב'ע געסט און אָנטיילנעמער און אַלע פריינד, וועלכע האָבן דעם גרויסן זכות צו שטיצן און אויסברייטערן די ישיבה. זיכער וועלן אַלע נאָך פאַרגרעסערן זייער אָנטייל, און דער אויבערשטער וועט פאַרגרעסערן זיינע ברכות צו יעדן איינעם בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יחבכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,
יטמ. שניאורסאהן