Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 26·Letter 9772אגרות קודש·כרך כו·ט'תשעב

אט'תשעב
בב"ה, י"ז חשון, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו'
המו"ה ברוך מרדכי שי'
ושלום וברכה!
זזינט מיר האָבן זיך געזען דאָ, האָב איך ניט געהערט פון אייך, וואָס איך וויל אָננעמען אַלס אַ סימן, אַז אַלעס איז בסדר באַ אייך און אייערע בני בית שיחיו. וואָס באַ אידן "בסדר" מיינט סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות. און אויב דאָס איז אַזוי באַ יעדן אידן, על אחת כמה וכמה אין אייער פאַל, וואָס השם יתברך האָט אייך מצליח געווען צו טאָן אַזויפיל פאַר אידישקייט, בפרט אין אייער קהילה, ווי עס האָט מיר געפרייט צו הערן פון אייך.
חאַזוי ווי מיר קומען פון חודש תשרי, וואָס זיין אָפּשלוס איז מיט זמן שמחתנו בכלל און שמחת-תורה בפרט, וויל איך האָפן, אַז אַלע אייערע ענינים, בפרט תורה-ענינים, ווערן געטאָן מיט שמחה.
טאון אַזוי ווי צו גוטעס איז קיין שיעור ניטאָ, זאָל דער אויבערשטער העלפן אַז דאָס אלעס אויבענגעשריבענע זאָל זיין אין אַן אופן פון אויפשטייג, און אין מסורה'דיגען לשון: באופן דמוסיף והולך מוסיף ואור, אין גוטן געזונד און פרייד, צוזאַמען מיט אייער פרוי און קינדער שיחיו.
יבברכה להצלחה ולבשורות טובות.