Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 26· Letter 9779אגרות קודש· כרך כו· ט'תשעט
אט'תשעט
בב"ה, ראש חודש כסלו, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דצו די מתפללים פון קהילת "אוהב שלום"
הובראשם הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ
ומוה"ר פנחס אהרן שי',
זמייאַמי ביטש
חה' עליהם יחיו
טשלום וברכה!
יעס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה וועגן דער בעפאָרשטייענדער חנוכת-הבית פון דעם נייען בנין פון אייער שול, ג' חנוכה הבע"ל.
יאאַז עס קומט צו אַ בית-כנסת און בית-מדרש, מיינט עס דאָך, אַז עס איז צוגעקומען אַ בית-מקדש מעט, און עס קומט צו קדושה באַ אידן. דאָס איז אַזוי אפילו אויב עס זיינען שוין דאָ אַנדערע שולן פון זעלבן נוסח אין דעם געגנט; על אחת כמה וכמה אין אַ אָרט וואו דאָס האָט טאַקע געפעלט.
יבנאָך אַ נקודה אין דער שמחה איז, אַז דאָס גופא וואָס אידן קומען זיך צוזאַמען צו שאַפן די שול און דערנאָך צו פייערן די חנוכת-הבית, ווייזט דאָס אויף דער אינערלעכע באַציאונג צו דער זאַך מיט ליבשאַפט און איבערגעבענקייט.
יגדאָס גיט אויך די זיכערע האָפנונג, אַז די שול וועט באַרעכטיגען דעם נאָמען בית-כנסת – וואו אידן פאַרזאַמלען זיך און פאַראייניגן זיך אין אַ מקום תפילה צום אויבערשטן, ווי אַזאַ הייליגער אָרט באַדאַרף צו זיין.
ידדערצו, ווען צוזאַמען מיט אַ בית-כנסת איז דאָס אויך אַ בית-מדרש פאַר שיעורים קבועים אין תורת ה', האָט די השפעה אַן אָנהאַלט אין טאָג-טעגלעכן לעבן אויך אויסערהאַלב די פיר ווענט פון דער שול, אַז דאָס לעבן זאָל זיין על פי תורת ה', תורת אמת און תורת חיים – תורה מלשון "הוראה", אָנווייזונג – וואָס דאַן ברענגט דאָס אמת'ע האַרמאָניע און שלום אין אַלע געביטן פון לעבן: שלום צווישן איד און איד, שלום צווישן איד און אבינו שבשמים, און שלום באַ יעדן אידן פּערזענלעך, דורך באַפרייען זיך פון יצר-הרע און אינערלעכע צעשפליטערקייט. אַזאַ שלום איז דאָך זיכער די כלי צו אַלע ג-טלעכע ברכות.
טואַזוי ווי די חנוכת-הבית קומט פאָר חנוכה, זאָל דער אויבערשטער העלפן אַז אַלע ענינים פון דער שול זאָלן זיין דורכגעדרונגען מיט דעם גייסט פון חנוכה, אין אַן אופן פון מוסיף והולך מוסיף ואור – אין אַ שטייגענדער מאָס פון ליכטיקייט, די ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור.
טזבכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.