Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 26·Letter 9781אגרות קודש·כרך כו·ט'תשפא

אט'תשפא
בב"ה, ראש חודש כסלו, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ
המו"ה אברהם גד שי' מאַחעראָווסקי
ושלום וברכה!
זאיך האָב ערהאַלטן אייער בריוו פון כ"ב חשון און דעם פריערדיגען.
חדאָס וואָס איר שרייבט וועגן די לעצטע געשעענישן וכו', זייט איר גערעכט, אַז איצט איז ניט די פּאַסנדע צייט צו זוכן אַ קונה אויף דעם געשעפט. עס איז אָבער צו האָפן, אַז דאָס איז נאָר צייטווייליג, און אַז די לאַגע וועט זיך מיט דער צייט פאַרבעסערן, אַזוי אַז עס וועט זיין מעגלעך צו פאַרקויפן אויף גינסטיגע באַדינגונגען.
טאַזוי ווי מיר זיינען אַריין אין דעם חודש פון גאולה, נסים און ליכטיקייט, זאָל דער אויבערשטער געבן, אַז דאָס זאָל זיין אַזוי אין אַלע אייערע ענינים, פּריוואַטע און אַלגעמיינע, זיי זאָלן זיין פריי פון שוועריקייטן און דורכגעדרונגען מיט ליכטיקייט, בנר מצוה ותורה אור, לויט די הוראות פון די חנוכה ליכט, מוסיף והולך מוסיף ואור.
יבברכה להצלחה ולבשורות טובות.