Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 26·Letter 9791אגרות קודש·כרך כו·ט'תשצא

אט'תשצא
בב"ה, כ"א כסלו, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דמרת נחמה תחי' שייווער
הברכה ושלום!
ועס האָט מיר געפרייט צו באַקומען אייער בריוו פון ט"ו כסלו, מיט דער מיטטיילונג וועגן דעם בעפאָרשטייענדן יערלעכן אָוונט לטובת חב"ד-ליובאוויטש טעטיקייט אין דעטרויט.
זאַ ספּעציעלן פאַרגעניגען האָט מיר פאַרשאַפט דאָס וואָס עס איז אייך צוגעטיילט געוואָרן דער פאַרדינטער כבוד און זכות צו זיין די פאָרזיצערין פון דעם אָוונט.
חאיך האָף און איך בין זיכער, אַז די אונטערנעמונג וועט דורכגעפירט ווערן מיט גרויס הצלחה אין אַלע הינזיכטן, אין גשמיות און אין רוחניות, אין איינקלאַנג מיט די סגולה טעג פון חג הגאולה און חנוכה, ווי עס איז אויסגעדריקט געוואָרן אין דעם בייגעלעגטן בריוו פון באַגריסונג און ברכה.
טדערביי שיק איך מיינע באַזונדערע און פּערזענלעכע גוטע וואונשן צו אייך, אַלס פאָרזיצערין פון דעם אָוונט. דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז איר זאָלט פאָרזעצן אייער גוטע אַרבעט אין אַ שטייגענדער מאָס, אין גוטן געזונד, מיט נחת און פאַרגעניגען לאורך ימים ושנים טובות.
ימיט דער ברכה צו אַ ליכטיגען חנוכה און אַ ליכטיגען תמיד, ולבשורות טובות.