Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 26· Letter 9801אגרות קודש· כרך כו· ט'תתא
אט'תתא
בב"ה, ח' טבת, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ מו"ה יהונתן שי' גרינשפּאַן
השלום וברכה!
ואיך באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריוו פון ז' חנוכה מיט דאָס בייגעלעגטע, ווי אויך דאָס וואָס איר האָט געשיקט סעפּאַראַט, די אויסשניטן פון די צייטונגען, בלעטלעך וכו' וואָס איר דערמאָנט אין אייער בריוו.
זאַ האַרציגען יישר-כח פאַר צושיקן מיר די דערמאָנטע זאַכן, און ס'איז דאָך באַוואוסט דער מאמר פון אונזערע חכמים ז"ל מילתא אלבישייהו יקירא (שבת י, ב).
חהשם יתברך זאָל העלפן יעדן פון אונז בתוככי כלל ישראל, אַז אַלע ענינים כלליים און פרטיים, בפרט די ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט נר מצוה ותורה אור, זאָלן לייכטן און שטייגען, לויט דער אָנווייזונג און אָפּלערנונג פון חנוכה – ווען אייער בריוו איז געשריבן געוואָרן – אַז מ'זאָל מוסיף זיין מיט ליכטיקייט פון טאָג צו טאָג, אין גוטן געזונד ובשמחה וטוב לבב.
טמיט אַ דאַנק נאָכאַמאָל ובכבוד וברכה.