Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 26·Letter 9820אגרות קודש·כרך כו·ט'תתכ

אט'תתכ
בב"ה, י"ג שבט, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דמרת חי' שרה תחי' אנדרוסיער
הברכה ושלום!
ועס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ביישטייערונג פון די קינדער תי' פון דער מכינה פון בית רבקה, צוזאַמען מיט זייערע אונטערשריפטן, אין צוזאַמענהאַנג מיט דער יאָרצייט-הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר יו"ד שבט.
זדער זכות פון דער צדקה זאָל זיי אַלעמען און יעדער איינער באַזונדער ביישטיין זיי זאָלן אויסוואַקסן געראָטענע און טייערע אידישע טעכטער, ווי עס פּאַסט זיך פאַר טעכטער פון אונזערע מוטערס שרה רבקה רחל ולאה, און זיי זאָלן זיין אַן אמת אידישער חסידישער נחת פאַר זייערע עלטערן שי' און אונז אַלעמען.
חבברכה להצלחה.