Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 26·Letter 9864אגרות קודש·כרך כו·ט'תתסד

אט'תתסד
בב"ה, א' אדר שני, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דצו דער 28טער יערלעכער מסיבה פון די "נציבי הישיבה" תומכי-תמימים ליובאַוויטש אין מאָנטרעאַל
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זמגלגלין זכות ליום זכאי – גוטע זאַכן פּאַסירן אין גוטע טעג. די יערלעכע מסיבה קומט הייאָר פאָר ט' אדר שני, אין דעם היסטאָרישן טאָג ווען כ"ק מו"ח אדמו"ר – דער גרינדער פון ישיבת תומכי-תמימים ליובאַוויטש אין מאָנטרעאַל – איז געקומען אין אַמעריקע מיט 30 יאָר צוריק (אויך אין אַן עיבור-יאָר).
חאין דעם צוזאַמענהאַנג איז כדאי צו דערמאָנען די אומפאַרגעסלעכע ווערטער וואָס דער רבי דער שווער האָט געזאָגט גלייך ביים באַטרעטן דעם אַמעריקאַנער באָדן:
טמיין קומען אַהער בעזרת השי"ת איז איך זאָל בחסדי השי"ת ממשיך זיין מיין אַרבעט בהרבצת התורה ויראת שמים ועבודה, און די התעסקות לטובת כלל אחינו בני ישראל, אויך דאָ אין לאַנד . . (צו שאַפן) אַ ברייטע התעוררות-אַקציע פאַר לימוד התורה, אַז תורה זאָל באַלייכטן די אידישע גאַס און הויז. (ספר השיחות ת"ש, ע' ה).
יעס זיינען דאַן געווען פיל פּראָמינענטע בעלי-בתים, וועלכע האָבן אויסגעדריקט גרויסע ספיקות אויב די דאָזיגע אויפגאַבע וואָס דער מנהיג ישראל, נשיא הדור, האָט זיך געשטעלט מיט זיין קומען אַהער, קען פאַרווירקלעכט ווערן. דאָס האָט אָבער ניט אָפּגעשוואַכט זיין אַנטשלאָסנקייט; פאַרקערט, דאָס האָט נאָר פאַרדאָפּלט זיין מסירת-נפש.
יאזיין ענטפער אויף אַלע ספיקות איז געווען אַ פשוטער:
יב"אַמעריקע איז ניט אַנדערש!" די תורה און מצוות וועלכע זיינען גילטיג פאַר אידן אומעטום, זיינען אויך גילטיג אין אַמעריקע. און וויבאַלד אַז אויך אין אַמעריקע דאַרפן אידן לעבן על-פי תורה און דערציען די קינדער בדרך התורה והמצוה, איז זיכער, אַז דער אויבערשטער האָט געגעבן די מעגלעכקייט דאָס דורכצופירן. עס האָט זיך בלויז געפאָדערט די ריכטיגע אַנטשלאָסנקייט, מיט דעם ריכטיגען, ערנסטן און האַרציגען צוגאַנג.
יגאיצט, מיט 30 יאר שפּעטער, זעט מען קלאָר די אויסערגעוויינלעכע הצלחה בעזר השי"ת וואָס מ'קען דערגרייכן אויפן געביט פון הרבצת התורה ביראת שמים און חינוך הכשר – אויב מ'וויל נאָר מיט אַן אמת און מ'טוט מיט מסירת-נפש.
ידאון איינער פון די בעסטע באַווייזן דערפון איז די ישיבת תומכי- תמימים ליובאַוויטש אין מאָנטרעאַל, דער שטאָלץ פון קאַנאַדער אידנטום און איינע פון די גרעסטע פעסטונגען פון תורה און חינוך-על-טהרת- הקודש אויף דעם אַמעריקאַנער קאָנטינענט.
טואיך באַגריס די חשוב'ע עסקנים און פריינד פון דער ישיבה, וועלכע זיינען שותפים אין איר אַנטוויקלונג. איך האָף צו השי"ת, אַז די הצלחה אין די פאַרגאַנגענע יאָרן וועט פאַרשטאַרקן זייער אַנטשלאָסנקייט און פאַרדאָפּלען זייער מיטהילף, צו העלפן דעם מוסד קדוש צו שטייגן מחיל אל חיל.
טזהשם יתברך זאָל אַלעמען צוזאַמען און יעדן בפרט באַגליקן צו טאָן אין דעם מיט אַ ברייטקייט, בשמחה ובטוב לבב, מתוך הצלחה והרחבה אויך אין זייערע פּערזענלעכע באַדערפענישן, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יזבכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות בכל האמור,
יחמ. שניאורסאהן