Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 26·Letter 9900אגרות קודש·כרך כו·ט'תתק

אט'תתק
בב"ה, ל"ג בעומר, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דמרת נחמה תחי' שייווער
הברכה ושלום!
ואין צוגאָב צום איבערגעבן מיינע וואונשן דורך אונזער חשוב'ן פריינט הרב שלמה אהרן שליט"א קאַזאַרנאָווסקי, וויל איך אויך שריפטלעך איבערשיקן מיינע וואונשן פאַר אייער הצלחה'דיגער נסיעה און באַזוך בארצנו הקדושה. און זייענדיג זיכער, אַז ווי אַלע מאָל איז דאָס פאַרבונדן מיט כלליות'דיגע ענינים, אויסער די פּריוואַטע אָנגעלעגנהייטן, זאָל דער אויבערשטער אייך מצליח זיין אין די ביידע געביטן.
זאיך בין געווען ספּעציעל צופרידן וואָס עס איז דערביי געווען אַ געלעגנהייט בהשגחה פרטית בעטן אייך מיטנעמען אַ ווענדונג צו דער אידישער יוגנט איבעראַל, און בפרט אַז איר האָט אַ ספּעציעלע שייכות צו אַ טייל פון זיי וואָס געפינען זיך בארצנו הקדושה און לערנען אין די בתי ספר למלאכה אין כפר חב"ד, וואָס איר מיט אייער חשוב'ער משפחה שליט"א האָבן אויפגעשטעלט און גייען אָן ווייטער אין דעם.
חעס האָט מיר באַזונדערס געפרייט אַז דורך דעם איז געווען די מעגלעכקייט, אַז עס זאָל אָנקומען באַצייטנס אין ארץ-ישראל, און ווי כ'האָב נאָך פאַר שבת ערהאַלטן אַ טעלעפאָנישע ידיעה פון דאָרטן האָט מען שוין דעם בריוו ערהאַלטן און אָפּגעדרוקט און פאַנאַנדערגעשיקט, אַזוי אַז דאָס זאָל אָנקומען צו ל"ג בעומר צו די באַטרעפנדע.
טויהי רצון אַז אויך אין דעם זאָל זיין הצלחה, און דאָס וועט אויך מוסיף זיין אין אייער זכות, האָבנדיק אַן איינטייל אין דעם. און צווישן אַלע ברכות זאָלט איר אויך געבענטשט זיין צו האָבן פיל געלעגנהייטן צו טאָן גוטעס פאַר אונזער יוגנט און פאַר אידן בכלל, מתוך מנוחה וטוב לבב.
יבכבוד, און מיט אַ וואונש צו גוטע בשורות אין אַלעס אויבנגעשריבנע און אויך אין די אַלע ענינים וועגן וועלכע מיר האָבן גערעדט דאָ באַ אונזער פּערזענלעכן טרעפן זיך.