Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 26· Letter 9902אגרות קודש· כרך כו· ט'תתקב
אט'תתקב
בב"ה, ל"ג בעומר, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דמרת סאסיא תחי' גאָרדאָן
הברכה ושלום!
ואיך האָב באַקומען אייער בריוו, בקשת ברכה-פ"נ פאַר . . . און וועל אים מזכיר זיין אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בהתאם צו אייער בקשה.
זויהי רצון אַז איר זאָלט אינגיכן אָנזאָגן אַ גוטע בשורה אין דעם.
חזיכער איז איבעריג צו אונטערשטרייכן די נויטווענדיקייט צו פאַרשטאַרקען די טעגלעכע הנהגה אין איינקלאנג מיט דער תורה און מצוות. וואָרום אין צוגאָב צו דעם עיקר, וואָס דאָס איז דאָך דער רצון פון אויבערשטן, איז יעדע הוספה אין ענינים פון תורה און מצוות ברענגט דאָס אַ הוספה אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך. און ס'איז דאָך שטענדיג דאָ אָרט מוסיף צו זיין אין ענינים פון טוב וקדושה.
טבברכה להצלחה ולבשורות טובות,
יבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יאמזכיר