Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 26·Letter 9923אגרות קודש·כרך כו·ט'תתקכג

אט'תתקכג
בב"ה, כ"ה סיון, ה'תש"ל
גברוקלין, נ.י.
דלכבוד מר ירחמיאל שי' בריקס
השלום וברכה!
ואיך באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בוך "על קידוש השם", מיט דעם באַגלייט-בריוו, אין וועלכן איר שרייבט בשורות וועגן אייערע קינדער שיחיו, צווישן אַנדערעס – און דאָס איז פאַרשטייט זיך דער עיקר – אַז זיי פירן אַן אידישן אַרט לעבן, לויט די אָנווייזונגען פון דער תורה הקדושה; וואָס זי ווערט אָנגערופן תורת-חיים – אַ תורה (=הוראה) וואָס ווייזט ווי אַ איד דאַרף לעבן.
זדער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז איר און אייער פרוי תחי' זאָלן האָבן אמת אידישע נחת פון זיי.
חצו אייער שרייבן וועגן סיכסוך וואָס איר האָט מיט אייער שותף, איז כדאי זיך דורכרעדן מיט אַ רב וועגן אייערע אויסזיכטן צו מצליח זיין אין אַ דין-תורה באַ רבנים, און טאָן לויט דער עצה פון דעם רב.
טאיך פערזענלעך קען ניט אייער שותף. און בכלל געהערן אַזעלכע ענינים צו אַ רב מורה-הוראה בפועל, ווי עס פירט זיך באַ אידן.
יבכבוד ובברכה.
יאנ.ב. בייגעלעגט איז אַ טשעק צו דעקן די הוצאה פון איבערשיקן דעם בוך.