Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 27· Letter 10006אגרות קודש· כרך כז· י'ו
אי'ו
בב"ה, י"ג חשון, ה'תשל"א
גברוקלין, נ.י.
דברכה ושלום!
האין צוגאָב צו דעם וואָס כ'האָב גערעדט מיט אייער מאַן שי' ווען ער איז דאָ געווען, וואָס ער האָט אייך זיכער איבערגעגעבן, וויל איך צושרייבן שריפטלעך, אַז בכלל קען אַ מענטש ניט באַגרייפן דעם אויבערשטנ'ס מעשים און פירונג וכו'. אָבער דאָס איז זיכער, אַז דער אויבערשטער זאָרגט פאַר יעדן איינעם און איינע בהשגחה פרטית. דער וועג צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות איז דורך שטאַרקן זיך אין דער טאָג-טעגלעכער אויפפירונג לויט די אָנווייזונגען פון דער תורה, תורת חיים, איינגעשלאָסן מדת הבטחון.
והשם יתברך זאָל בענטשן אייך און אייער מאַן און דערפילן אייערע האַרץ-באַגערן צום גוטן און דער עיקר צו האָבן געזונטע קינדער בגשמיות וברוחניות און צו דערציען זיי לתורה ולחופה ולמעשים טובים אין גוטן געזונד און פרנסה טובה.
זבברכה לבשורות טובות.