Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 27·Letter 10027אגרות קודש·כרך כז·י'כז

אי'כז
בב"ה, אין די טעג צווישן י"ט כסלו און חנוכה, ה'תשל"א
גברוקלין, נ.י.
דצו די נשי ובנות חב"ד – סניף לונדון
הה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זאין די דאָזיגע טעג צווישן י"ט כסלו – דער חג הגאולה פון אַלטן רבי'ן, מייסד תורת חסידות חב"ד – און די טעג פון חנוכה הבע"ל,
חקום איך אויסצודריקן די האָפנונג, אַז יעדע איינע פון אייך, בתוככי כלל ישראל, וועט אויסנוצן די דאָזיגע סגולה-טעג צו פאַרשטאַרקן די טעטיקייט צו פאַרשפּרייטן תורה ומצוות באַלויכטן מיט חסידישער ליכטיקייט און לעבעדיקייט, סיי באַ זיך און אין דער היים, און סיי אין דער דרויסנדיגער סביבה, לויט די אָנווייזונגען פון די דאָזיגע טעג.
טאון זיכער איז אייך באַוואוסט, אַז איינע פון די עקריות'דיגע אָנווייזונגען פון י"ט כסלו, חג הגאולה, איז הפצת המעיינות חוצה ("פאַרשפּרייטן די קוואַלן אינדרויסן"), וואָס נעמט אַריין דריי ענינים:
יא) צו משפיע זיין אויף די – יחידים און קרייזן – וועלכע זיינען נאָך "אינדרויסן";
יאב) צו באַלעבן זיי מיט די מים חיים פון די מעינות פון תורה און חסידות;
יבג) און טאָן דאָס אין אַן אופן פון הפצה – פאַרשפּרייטן אַלץ מער און מער.
יגאון דאָס איז דאָך אויך איינע פון די עיקריות'דיגע אָנווייזונגען פון די טעג פון חנוכה, אין דער מצוה פון נר חנוכה, וואָס מ'צינדט אָן "על פתח ביתו מבחוץ" ("ביים אַריינגאַנג פון הויז אינדרויסן"), צוגעבנדיג נאָך אַ ליכטל יעדע נאַכט פון חנוכה. וואָס כאָטש ווען מ'צינדט אָן איין ליכטל די ערשטע נאַכט חנוכה איז מען מקיים די מצוה לויטן דין און פולשטענדיג, דאַרף מען אָבער צוגעבן נאָך אַ ליכטל די צווייטע נאַכט, און אַזוי ווייטער מיט אַ ליכטל מער. וואָס דאָס ווייזט, אַז אַזוי דאַרף מען אויך פאַרשפּרייטן די ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור.
ידאון אַ ספּעציעלע באַדייטונג איז פאַראַן אין דעם פאַר אידישע פרויען און טעכטער בכלל, און פאַר נשי ובנות חב"ד בפרט, לויט ווי אונזערע חכמים האָבן געזאָגט: "אויך זיי (די פרויען) האָבן אַ חלק אין דעם דאָזיגן נס".
טומיט וואונש צו הצלחה בכל האמור און אַראָפּברענגען פון דער השפעה פון די דאָזיגע טעג אין אַלע טעג פון יאָר – מוסיף ואור,
טזמ. שניאורסאהן