Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 27· Letter 10052אגרות קודש· כרך כז· י'נב
אי'נב
בב"ה, א' וארא, ש"ק מברכים שבט, ה'תשל"א
גברוקלין, נ.י.
דצו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס – אין אַלגעמיין, און צו די אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער מלוה מלכה – בפרט,
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זעס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה, אַז די יערלעכע מלוה מלכה וועט הייאָר פאָרקומען מוצאי שבת קודש מברכים החודש שבט.
חדער חודש שבט, אויסער אַלע ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דעם חודש, האָט אַ ספּעציעלע באַדייטונג פאַר יעדן איינעם און איינע וואָס האָט אַ שייכות צו ליובאַוויטש און ליובאַוויטשער מוסדות. וואָרום ס'איז דאָך דער חודש פון יאָרצייט-הילולא פון נשיא דורנו, כ"ק מו"ח אדמו"ר, י' שבט.
טדער חודש האָט אויך אַ באַזונדערע באַדייטונג פאַר נשי ובנות חב"ד, ווייל אין דעם חודש (י"ג שבט) איז דער יאָרצייט פון הרבנית שטערנא שרה, זיין מאַמע, און דער יאָרצייט פון הרבנית רבקה, זיין באָבע (י' שבט).
ידי אַלע נקודות דאַרפן אַרויסרופן אַ ספּעציעלע באַגייסטערונג באַ אַלע אָנטיילנעמער אין דער מלוה מלכה און פריינט פון די בית רבקה מוסדות.
יאעס איז זיכער איבעריג צו אונטערשטרייכן די גרויסע אויפטואונגען פון די בית רבקה שולעס אין געביט פון חינוך הבנות על טהרת הקודש. פאַר די אלע יאָרן זינט דער גרינדונג פון די בית רבקה שולעס האָבן מיר שוין זוכה געווען צו זען די גוטע פירות און פרי-פירות, אידישע מאַמעס און טעכטער דערצויגן אין גייסט פון תורה און מצוות און באַזעלט מיט חסידישער ליכטיקייט און מדות טובות.
יבעס איז צו האָפן, אַז די אָנערקענונג און באַגייסטערונג פאַר די בית רבקה שולעס מצד די אָנטיילנעמער אין דער מלוה מלכה און אַלע פריינט פון בית רבקה וועט זיך אויסדריקן אין מעשה בפועל – וואָרום מעשה איז דאָך דער עיקר – אין שאַפן די נויטיגע פינאַנציעלע הילף, וואָס דאָס מיינט דאָך אויך די נויטיגע מאָראַלישע הילף פאַר די עסקנים פון בית רבקה, און די נויטיגע גייסטיגע הילף פאַר די תלמידות פון בית רבקה.
יגהשם יתברך זאָל העלפן, אַז די אלע אויבנדערמאָנטע ענינים זאָלן דורכגעפירט ווערן בהצלחה גדולה, און דאָס זאָל אויך שאַפן ברייטע צנורות צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בבני חיי ומזוני רויחי, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
ידבכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,
טומ. שניאורסאהן