Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 27·Letter 10152אגרות קודש·כרך כז·י'קנב

אי'קנב
בב"ה, ספירה טעג, ה'תשל"א
גברוקלין, נ.י.
דברכה ושלום!
האיך האָב ערהאַלטן אייער שרייבן, און השם יתברך זאָל דערפילן אייער האַרץ-באַגערן לטובה.
וזיכער איז איבעריג צו אונטערשטרייכן די נויטווענדיקייט צו פאַרשטאַרקן די ענינים פון תורה און מצות אין טאָג-טעגלעכן לעבן. אין צוגאָב צום עיקר, וואָס אַ איד דאַרף דאָך לעבן לויט דעם רצון פון דעם אויבערשטן, איז דאָס אויך דער וועג צו באַקומען אַ הוספה אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך. און אין די ענינים פון תורה און מצוות און אידישקייט בכלל, ווי גוט דער מצב איז, איז דאָך אַלעמאָל דאָ אָרט צו פאַרבעסערן און פאַרשטאַרקן.
זאין די איצטיגע טעג וועלכע פאַרבינדן דעם יום-טוב פסח, דער יום-טוב פון באַפרייאונג פון גלות מצרים, מיט דעם יום-טוב פון שבועות, דער יום-טוב פון מתן תורה, וואָס אין ביידע גרעסטע היסטאָרישע פּאַסירונגען פאַר דער כלל ישראל האָבן די אידישע פרויען און טעכטער געהאַט גאָר אַ גרויסן חלק, דאַרף די אידישע פרוי און טאָכטער זיך ספּעציעל אַריינטראַכטן אין דער העכסט וויכטיגער ראָלע וואָס די השגחה העליונה האָט זי צוגעטיילט אין פאַרזיכערן דעם המשך פון אידישן פאָלק.
חדער בייגעלייגטער בריף צו דער יערליכער קאָנווענשאָן פון אגודת נשי ובנות חב"ד האָט אַ דירעקטע שייכות מיט דאָס אויבנגעשריבענע. עס איז צו האָפן, אז דער אינהאַלט וועט האָבן די געוואונשענע ווירקונג.
טבברכה להצלחה ולבשורות טובות.
יבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יאש.מ. סימפסון, מזכיר