Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 27·Letter 10191אגרות קודש·כרך כז·י'קצא

אי'קצא
בב"ה, ה' מנ"א, ה'תשל"א
גברוקלין, נ.י.
דלכבוד מר חיים שי' גראַדע
השלום וברכה!
ומ'האָט מיר איבערגעגעבן די טעלעפאָנישע ידיעה פון אייער פרוי שתחי' וועגן אייער געזונד און אַז איר געפינט זיך אין שפּיטאָל.
זוויל איך אויסדריקן מיין האָפנונג, אַז צו דער צייט פון ערהאַלטן מיין בריוו איז שוין אַריינגעטראָטן אַ בעסערונג אין אייער געזונד צושטאַנד, וואָס וועט ווערן אַלץ בעסער און בעסער ביז איר וועט מיט ג-ט'ס הילף זיך אומקערן אַהיים און קענען פאָרזעצן אייער טעטיקייט אויף אַ נאָרמאַלן אופן, און – לויט דעם נוסח הברכה וואָס איז אָנגענומען און פאַרהייליגט געוואָרן, במשך פון הונדערטער און הונדערטער יאָרן, באַ אידן – לאורך ימים ושנים טובות.
חבפרט אַז די "זין און טעכטער" וואַרטן דאָך אויף די פאָרזעצונגען פון דעם מחבר.
טאיך וויל נאָך צוגעבן דעם וואונש און די ברכה, אַז אַזוי ווי אייער פרוי תחי' האָט איבערגעגעבן דאָס אויבנדערמאָנטע, זאָל זי באַלד אינגיכן קענען איבערגעבן אַ פריילעכע בשורה פון אייער געזונד בעסערונג.
יבכבוד ובברכה לבשורות טובות ולרפו"ק.