Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 27· Letter 10211אגרות קודש· כרך כז· י'ריא
אי'ריא
בב"ה, ימי הסליחות, ה'תשל"א
גברוקלין, נ.י.
דאל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זאין די דאָזיגע טעג, טעג פון צוגרייטונג צו ראש השנה, איז פון ערשטער וויכטיקייט צו וויסן קלאָר די באַדייטונג פון ראש השנה, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה. מען קען אין דעם פיל לערנען אויך פון די ענינים וועלכע תורה האָט באַשטימט אז זיי זאָלן קומען פאַר ראש השנה, דינען אַלס אַ צוגרייטונג צו ראש השנה,
חוואָרום תורה איז תורה אור – אירע הוראות (אָנווייזונגען) בעלייכטן און מאַכן ליכטיג קלאָר דעם אידישן לעבנס וועג אין אַלע פרטים.
ט***
יצווישן די ענינים וועלכע זיינען דירעקט פאַרבונדן מיט ראש השנה און דינען אַלס הכנה צו ראש השנה, איז די שטענדיגע קביעות, אַז פאַר ראש השנה (דעם שבת פאַר ראש השנה) זאָל מען "לייענען" וואָס תורה זאָגט און ווייזט אָן יעדער אידן: אתם נצבים גו' – די סדרה נצבים.
יאדי סדרה הויבט זיך אָן מיט דער דערקלערונג: אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם ראשיכם גו' עד שואב מימיך, לעברך בברית ה' אלקיך גו' – "איר שטייט פעסט, היינט, אַלע צוזאַמען, פאַר ג-ט אייער ג-ט: די הויפּטן . . ביז דעם וואַסער-שעפּער, כדי אַריינצופירן דיר אין דעם בונד מיט ג-ט דיין ג-ט . . .".
יבלכאורה איז אין דער דערקלערונג פאַראַן אַ סתירה: צוערשט ווערט געזאָגט נצבים . . כולכם (אַלע צוזאַמען, אָן אונטערשייד) און באַלד דערנאָך ווערן אויסגערעכנט די פאַרשידענע סוגים (קאַטעגאָריעס) יעדערער באַזונדער. און בכלל, צו וואָס רעכנט די תורה אויס די פאַרשידענע מדריגות אידן, פון העכסטן ביזן נידעריגסטן, בשעת דער וואָרט כולכם נעמט שוין אַלעמען אַריין?
יגנאָר – דאָס גופא אַנטהאַלט אַן עיקר'דיקע אָנווייזונג, אַז עס דאַרף זיין ביידע זאַכן צוזאַמען: (א) כולכם – וואָס מיינט לאחדים כאחד, אַלע ווי איינער, און (ב) צוגלייך האָט אָבער יעדער איינער און איינע זייער באַזונדערע אויפגאַבע און שליחות, איטלעכער לויט זיין מעמד ומצב.
ידדאָס ערוועקט אָבער די פראַגע: וויבאַלד אַז ס'איז נויטיג אַ פאַנאַנ- דערטיילונג און גאָר אַן עקסטרעמע: פון "ראשיכם" ביז "שואב מימך" – ווי ווערט דערגרייכט – און צו דער זעלבער צייט – אַ פאַראייניקונג און פאַראיינציקונג, און ביז אַז עס ווערט כולכם – כאחד?
טואיז דער ענטפער: אתם נצבים היום כולכם – לפני ה' אלקיכם, "נצבים" איז מער ווי "עומדים", און מיינט אַ פעסטע שטעלונג, מיט אַ טיפן באַוואוסטזיין, אַז מען שטייט פאַר דעם אויבערשטן וואָס ער איז אלקיכם – אייער קראַפט און אייער גאַנצער וועזן, וואָס אין דעם זיינען אַלע אידן גלייך און דאָס מאַכט זיי אַלעמען – איינס, כולכם כאחד.
טזוועט מען דאָס פאַרשטיין דורך אַ פשוט'ן פאַרגלייך: ווען אַ גרופּע מענטשן פאַראייניגען זיך צו שאַפן אַ געוויסע געזעלשאַפט, צי דאָס איז אַ פינאַנציעלע אונטערנעמונג, אָדער אַ וויסענשאַפטלעכע, אָדער אַן אַנדער צוועק, ווערן די מיטגלידער פאַראייניגט אויף אַ געוויסע צייט און פאַר אַ געוויסן צוועק, וואָס פאָדערט פון יעדערן פון זיי אַ בייטראָג פון זיינע געלט און מי, אָדער פון זיינע ידיעות אין וויסענשאַפט אד"ג. אין אַלע זיינע אַנדערע אייגענשאַפטן איז יעדער מיטגליד אַ "וועלט" פאַר זיך.
יזאָבער בשעת די פאַראייניגונג פון אידן איז, ווי די תורה פאָדערט, לפני ה' אלקיכם, ווי אויבן געזאָגט, און מיט דעם צוועק פון לעברך בברית ה' אלקיך ובאלתו, אשר ה' אלקיך כורת עמך היום – "אַריינצופירן דיר אין דעם ברית און שבועה וואָס דער אויבערשטער, דיין ג-ט, שליסט מיט דיר היינט", וואָס דער ברית נעמט אַרום דעם גאַנצן מענטשן, מיט אַלע זיינע כחות (דער כולכם פון יעדען יחיד פאַר זיך) – איז דאָס אַן אייביגע און פולשטענדיגע פאַראייניקונג פון כולכם כאחד (און דער כולכם – מיט ה' אלקיך).
יחאון תורה ערקלערט ווייטער אין דעם: דער כולכם איז איינגעטיילט אין ראשיכם . . עד שואב מימיך און יעדערער פון זיי אין זיין באַזונדערער אייגענשאַפט (און זיינע ספּעציעלע פעולות) ווערט אַריינגעפירט אין דעם ברית מיט דעם אויבערשטן. יעדער איינצעלנע פעולה פון איינעם פון ראשיכם אַלס ראש, אדער פון שואב מימיך אַלס אַזעלכער – אַ פעולה לויט די אָנווייזונגען פון ה' אלקיך (אין זיין תורה) – איז אַן אויסדרוק פון דעם טאָטאַלען ברית פון כולכם – מיט ה' אלקיך. יעדער איינער האָט זיין ספּעציעלע ג-טלעכע שליחות לויט זיין מעמד ומצב. און אויף דעם אופן – בשעת יעדער איינער דערפילט זיין שליחות – ווערט דערפילט די פאַראייניקונג פון כלל ישראל, כולכם – כאחד.
יט***
כדאָס ברענגט אונז צו אַ נקודה וואָס מוז ווידעראַמאָל אונטער- שטראָכן ווערן אַלס דבר בעתו, און דאָס איז בנוגע די וועלכע זיינען אין דער בחינה פון "ראשיכם (ל)שבטיכם" – גייסטיגע פירער אין זייערע קהילות, אָדער בעלי השפעה אין זייערע קרייזן, ביז צו יעדן איינעם אַלס ראש פון זיין פאַמיליע.
כאעס איז זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז די ערשטע פליכט און אויפגאַבע פון גייסטיגע פירער, בפרט אין דער צייט פון ימים נוראים, די טעג פון התעוררות און חשבון הנפש, איז צו פאַרשטאַרקן אַלע ענינים פון תורה און מצוות צווישן זייערע מושפעים, במעשה בפועל, אין טאָג-טעגלעכן לעבן, און באַ די וועלכע זיינען צוליב פאַרשידענע סיבות דערווייטערט, לעת עתה, פון אידישקייט – אַרויסרופן באַ זיי אַ געפיל פון תשובה, אומצוקערן זיך צו זייער מקור און אָנהויבן לעבן אַלס גאַנצע אידן מיט אַ גאַנצער אידישקייט אַ גאַנץ יאָר.
כבליידער ווערט אַמאָל פאַרלאָרן די דאָזיגע בעסטע געלעגנהייט פון יאָר – דורך רעדעס און רעפעראַטן אויף וועלט-פּראָבלעמן און טעמעס, וואָס ווי וויכטיג זיי זאָלן ניט זיין, זיינען זיי אָבער לגמרי ניט אונטערן קאָנטראָל פון די רעדנער אָדער צוהערער, זיי קענען גאָר ניט טאָן צו לייזען זיי. עס איז העכסט באַדויערנסווערט און מצער, ווען אַנשטאָט צו אויסנוצן די מאָמענטן פון גייסטיגער אידישער התעוררות צו שטאַרקן און מעודד זיין אידן אַז זיי שטייען אין אַן אייביגען טאָטאַלען ברית מיט ה' אלקיך און ער אַליין האָט זיי געגעבן – יעדערן פון זיי באַזונדער, פון ראשיכם ביז שואב מימיך – אַ שליחות און מבאר זיין די פליכטן פון יעדן אידן אין טאָג-טעגלעכן לעבן – ווערט די צייט און די אויפמערק- זאַמקייט אָפּגעגעבן אויף אַן אַלוועלטלעכער פּראָבלעם, אויף מלוכה פּאָליטיק אָדער בכלל אויף ענינים וואָס באַלאַנגען לגמרי ניט צו דעם אָרט און צו דער צייט.
כג***
כדאון אויב אימיצער וועט טענה'ן, אַז אין די איצטיגע צייטן און אומשטענדן איז שווער פאַר אַ אידן אָפּצוהיטן אַ גאַנצע אידישקייט אָן פשרות, אַ גאַנצן יאָר און מיט זיין גאַנצן וועזן,
כהזאָגט תורה: אתם נצבים היום גו' – איר שטייט פעסט היינט א.ז.וו. – ניט אין אַ לשון פון אַ ציווי (באַפעל), אָדער – הבטחה אויף דער צוקונפט, נאָר אַלס – אַ פאַקט. אידן דאַרפן וויסן, אַז זיי שטייען פעסט פאַר ג-ט, וואָס ער איז זייער חיות און כח. עס איז נאָר נויטיג, אַז יעדער איינער און איינע זאָל עס אַרויסברענגען מן ההעלם אל הגילוי (אַנטפּלעקן דאָס פאַרבאָרגענע אין אים) ומן הכח אל הפועל (דורכצופירן בפועל וואָס ער האָט בכח).
כואון מיט אָט דער פאַרזיכערונג פון "נצבים" קומען אידן – יעדער איד און אַלע אידן אָן אויסנאַם, פון ראשיכם ביז שואב מימיך – צו דער הכתרה (קרוינען, כביכול) פון דעם אויבערשטן אין די טעג פון ראש השנה, ומלכותו ברצון קבלו עליהם – אידן זיינען מקבל מלכותו מיטן גאַנצן האַרצן און מיט דער גרעסטער באַגייסטערונג, און פּראָקלאַמירן דעם אויבערשטן אַלס מלך ישראל וגואלו – דער קעניג פון אידן און זייער אויסלייזער און מלך על כל הארץ – קעניג איבער דער גאַנצער וועלט.
כז***
כחויהי רצון אַז יעדער איד – מאַן, פרוי און קינד – זאָל אין די קומענדיגע טעג דורכגעדרונגען ווערן מיט דעם גייסט פון ראש השנה און אָנהויבן דעם נייעם יאָר אין אַן אופן פון נצבים, פעסטקייט און זיכערקייט דורכצופירן די ג-טלעכע שליחות וואָס דער אויבערשטער גיט יעדן אידן לויט זיין מעמד ומצב,
כטדורכפירן איר אין די טעג פון ראש השנה, נאָך ראש השנה און אין אַלע טעג פונם יאָר – היום, יעדער טאָג,
לאון דער אויבערשטער וועט זיכער מקיים זיין זיין הבטחה, ווי עס שטייט גלייך נאָכדעם: למען הקים אותך היום לו לעם – "צו דערהויבן דיר היינט (יעדער טאָג) פאַר זיין פאָלק",
לאאון אויך לויט דעם פירוש פון חכמינו ז"ל, היום – אַזוי ווי דער טאָג וואָס איז פריער טונקל און דערנאָך ווערט ער ליכטיג, אַזוי וועט באַ יעדן אידן בפרט, און באַ כלל ישראל, ווערן באמת ליכטיג,
לבביז אַז עס וועט מקויים ווערן די הבטחה: עתיד להאיר לכם אור עולם – ליכטיג אַלעמאָל, אויף אייביג, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
לגאון לויט דער תפלה פון דוד, נעים זמירות ישראל: אלקים להצילני הוי' לעזרתי חושה – במהרה בימינו ממש.
לדבברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,
להמנחם שניאורסאהן