Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 27·Letter 10293אגרות קודש·כרך כז·י'רצג

אי'רצג
בב"ה, ערב חנוכה, ה'תשל"ב
גברוקלין, נ.י.
דצו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון
המרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חדי יערלעכע מסיבה קומט הייאָר פאָר אין דער לעצטער נאַכט פון חנוכה, די אַכטע ליכטל.
טאיינע פון די יסודות'דיגע הוראות פון חנוכה בכלל, און פון "זאת חנוכה" בפרט, איז, אַז אַלע "ליכטיגע" זאַכן, אַלע ענינים פון נר מצוה ותורה אור, דאַרפן שטענדיג פאַרגרעסערט ווערן – ווען אפילו עס דאַכט זיך, און דאָס קען אויך זיין דער אמת, אַז מ'האָט פריער שוין געטאָן אַלץ וואָס מ'האָט געקענט. דאָס לערנען מיר פון דער מצוה פון נר חנוכה: כאָטש די ערשטע נאַכט, ווען מ'האָט אָנגעצונדן איין ליכטל, האָט מען מקיים געווען די מצוה פון נר חנוכה אין דער פולסטער מאָס, איז אָבער דער דין, אַז עס גייט דורך אַ טאָג דאַרף מען די צווייטע נאַכט אָנצינדן צוויי ליכט, און אַזוי כסדר – מיט איינע מער ווי מיט אַ טאָג פריער.
יאון אפילו ווען עס זיינען שוין דורך גאַנצע זיבן טעג חנוכה, וואָס יעדער טאָג פון דער וואָך האָט דאָך זיין ספּעציעלע סגולה אין עניני תורה ומצוה, און מ'האָט אין יעדן איינעם פון די טעג דערפילט די פליכט אין דער מאַקסימאַלסטער מאָס, איז אַז עס קומט דער אַכטער טאָג חנוכה דאַרף מען ניט נאָר ניט פאַרקלענערן די אַרבעט, נאָר, אדרבה, ערשט צוגעבן נאָך אַ ליכטל.
יאדער יום-טוב חנוכה איז דאָך פאַרבונדן מיט חנוכת בית-המקדש, ווי אין נוסח התפלה: ואחר כך באו בניך לדביר ביתך כו' והדליקו נרות כו' וקבעו שמונת ימי חנוכה אלו כו'.
יבבאַ פאַרשידענע געלעגנהייטן איז אונטערגעשטראָכן געוואָרן, אַז די אויפגאַבע פון יעדער אידישער הויז איז צו זיין אַ "מקדש", אַ "דירה" פאַר דעם אויבערשטן – אַ ליכטיגע דירה, באַלויכטן מיט נר מצוה ותורה אור.
יגאָבער ווען ווערט דער אמת'ער כאַראַקטער פון דער הויז פולשטענדיג אויסגעפורמט – ווען עס קומען צו נייע דורות אידן, וועלכע ווערן אויפגעהאָדעוועט און דערצויגן אין חינוךעל טהרת הקודש, אַזוי אַז זיי זאָלן ווייטער פאַרשפּרייטן די ליכטיקייט פון תורה ומצוות.
ידאון דאָס איז אויך די הויפּט אויפגאַבע פון מרכז הישיבות תומכי- תמימים: דערציען תלמידים וועלכע זאָלן ליכטיג מאַכן ניט נאָר באַ זיך אין הויז, נאָר אויך ליכטיג מאַכן אין וועלט; און ניט באַגנוגנען זיך מיט די דערגרייכונגען פון היינט, אפילו ווען דאָס איז בשלמות, נאָר מוסיף זיין מאָרגן און איבערמאָרגן און אַזוי כסדר, מוסיף והולך מוסיף ואור.
טופּונקט אַזוי דאַרף אויך זיין דער אָפּרוף און די שטיצע פון די פריינד פון דער ישיבה. אויב אפילו די שטיצע וואָס מ'האָט געגעבן פאַראַיאָרן איז געווען אין דער פולסטער מאָס, איז אָבער וויבאַלד אַז עס איז דורך אַ יאָר פון דער לעצטער יערלעכער מסיבה, פאָדערט זיך יעצט אַ פאַרגרע- סערטע שטיצע, בפרט אַז אויך די באַדערפענישן זיינען פאַרגרעסערט געוואָרן. דעריבער דאַרף יעדער איינער און איינע נעמען אַ גרעסערן חלק אין דער זאַך, סיי פינאַנציעל און סיי אין עסקנות, צו טאָן אַליין און מזכה זיין אויך אַנדערע אין דער ליכטיגער טעטיקייט פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים, אין אַן אופן פון מוסיף והולך, אין איינקלאַנג מיט די אָנווייזונגען און גייסט פון דעם ליכטיגען יום-טוב חנוכה.
טזבזכות זה וועט השם יתברך זיכער פאַרגרעסערן די ליכטיקייט אין יעדער אידישער הויז: ליכטיקייט סיי אין נר מצוה ותורה אור, און אויך אין דעם פשוט'ן זין, אַז עס זאָל זיין אמת ליכטיק בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יזבכבוד ובברכה להצלחה מרובה ולבשורות טובות בכל האמור,
יחמ. שניאורסאהן