Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 27·Letter 10347אגרות קודש·כרך כז·י'שמז

אי'שמז
בב"ה, י"ג אדר, ה'תשל"ב
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור
המו"ה אברהם גד שי' מאַחעראָווסקי
ושלום וברכה!
זדערמיט באַשטעטיג איך די ערהאַלטונג פון אייער בריוו פון ח' אדר מיט דאָס בייגעלעגטע.
חהשם יתברך זאָל העלפן אַז איר זאָלט דורכפירן דעם באַשלוס צו פּראַווען פסח צוזאַמען מיט דער גאַנצער משפחה – וואָרום איך האָף אַז אייער באַשלוס איז ניט נאָר פאַר די סדרים נאָר פאַר דעם גאַנצן פסח – אין אַ גוטע שטימונג און אין גוטן געזונד, סיי בנוגע דעם געזונד פונם גוף און סיי בנוגע דעם געזונד פון דער נשמה.
טאיך האָף אויך, אַז איר וועט זיך באַמיען איינווירקן אויף אַנדערע משפחות אין אַרובאַ, אַז זיי זאָלן האָבן אַ כשר'ן פסח, וואָס דאַן איז דאָס אויך אַ פריילעכער פסח.
ידער זכות פון דער צדקה, פאַר וועלכע אַ קבלה איז בייגעלעגט, זאָל אייך ביישטיין איר זאָלט האָבן גוטע בשורות אין אַלע אויבנדערמאָנטע ענינים, צוזאַמען מיט דעם זכות וואָס איר שרייבט אין אָנהויבס בריוו, אַז איר זייט מפרסם די מצוות פון משלוח מנות און מתנות לאביונים.
יאאיך ווינטש אייך און אַלע אייערע אַ פריילעכן פורים און אַ כשר'ן און פריילעכן פסח.
יבבברכה לבשורות טובות.
יגנ.ב. אייער ביישטייערונג איז איבערגעגעבן געוואָרן אין דעם פאָנד פון משלוח מנות, וואָס מ'שיקט היינטיקס יאָר ספּעציעל פאַר די נייע עולים וועלכע זיינען לעצטנס געקומען פון הינטער דעם אייזערנעם פאָרהאַנג.