Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 27·Letter 10397אגרות קודש·כרך כז·י'שצז

אי'שצז
בב"ה, ל"ג בעומר, ה'תשל"ב
גברוקלין, נ.י.
דמרת שולה שפרה תחי' קייזען
הברכה ושלום!
ואיך האָב מיט פאַרגעניגען ערהאַלטן אייערע בריוו, און עס האָט מיר געפרייט צו לייענען דעם באַריכט וועגן דער גוטער אַרבעט וואָס איר און אייערע מיטאַרבעטאָרינס טוען צו פאַרשפרייטן אידישקייט, תורה און חסידות, אין אייער שטאָט.
זאזוי ווי צו גוט איז קיין שיעור ניטאָ, זאָל השי"ת העלפן, אַז די גוטע אַרבעט זאָל אָנגיין אין אַ כסדר וואַקסנדן פאַרנעם, און דאָס זאָל געטאָן ווערן מיט פריילעכע הערצער און מיט אמת'ע נחת אין אַלע הינזיכטן.
חדי בקשת ברכה – פ"נ – וועט געלייענט ווערן אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בעת רצון, און דער אויבערשטער זאָל געבן איר זאָלט קענען אָנזאָגן גוטע בשורות תמיד, וועגן זיך און וועגן אַלע מיטגלידער פון דער משפחה און גוטע פריינד.
טדער זכות פון דער צדקה, וואָס די קבלה איז דאָ בייגעלעגט, זאָל אייך אַלעמען ביישטיין צו אַ הוספה אין דעם אויבערשטנס ברכות בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יבברכה להצלחה ולבשורות טובות.
יאנ.ב. בייליגענד איז אַ קאָפּיע, וואָס רעדט פאַר זיך, און געוויס וועט איר ווייטער דערמוטיגען זיי און אַלע פריינד צו גיין מחיל אל חיל.