Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 27·Letter 10411אגרות קודש·כרך כז·י'תיא

אי'תיא
בב"ה, מוצאי שבת קודש פ' בהעלותך, ה'תשל"ב
גברוקלין, נ.י.
דצו די באַטייליגטע אין דער יערלעכער אונטערנעמונג פון נ.י. קאָמיטע פאַר סעמינאַר למורות ובתי ספר לנערות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו
הה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זדי סדרה בהעלותך וואָס מיר האָבן געלייענט דעם שבת, הויבט זיך אָן מיט דער מצוה פון אָנצינדן די מנורה. און כאָטש די מצוה גופא איז פאַרבונדן מיט אַ ספּעציעלן אָרט (בית המקדש) און ספּעציעלע צייט (בזמן הבית) און פּערזאָן (כוהנים), איז דאָך אָבער די תורה אַן אייביגע און אַלע ענינים אין תורה זיינען אייביגע אין זייער אינערלעכן אינהאַלט און אָנווייזונגען אין טאָג-טעגלעכן לעבן פון אַלע אידן, אין אַלע צייטן און אין אַלע ערטער.
חדי אינערלעכע נקודה פון בהעלותךאת הנרות איז, אַז אַ איד דאַרף אָנצינדן ליכט – די ליכט פון נר ה' נשמת אדם – סיי באַ זיך און סיי באַ אַנדערע, אַזוי אַז זיי זאָלן לייכטן מיט דער ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור.
טאון דאָס דאַרף געטאָן ווערן אין אופן פון בהעלותך, שתהא שלהבת עולה מאלי' – אַז דער פלאַם זאָל אויפגיין פון זיך אַליין.
ידאָס איז דער יסוד פון תורה חינוך בכלל, און בפרט פון מוסדות חינוך חב"ד, וואו אידישע קינדער ווערן דערצויגן אין אַן אופן אַז אויך שפּעטער, ווען זיי פאַרענדיגען זייער חינוך, זאָלן זיי לייכטן און באַלייכטן זייער סביבה מיט דער ליכטיקייט פון תורה און מצוות, דורכגעדרונגען מיט חסידישע לעבעדיקייט און וואַרעמקייט.
יאאין דער הינזיכט האָט דער סעמינאַר למורות ובתי ספר לנערות אין כפר חב"ד אַ ספּעציעלע וויכטיקייט, וואָרום דאָ ווערן די תלמידות צוגעגרייט צו פאַרנעמען זייער אָרט אין חינוך און צו זיין אַן אמת'ע עקרת הבית – "ליכט-צינדער" אין פולסטן זין.
יבעס איז דעריבער אַ גרויסער זכות פאַר די אַלע וועלכע נעמען אַן אָנטייל אין דער אַרבעט צו העלפן שאַפן די נויטיגע פינאַנציעלע הילף פאַר די דערמאָנטע מוסדות, אַז זיי זאָלן קענען דערפילן זייער אויפגאַבע פון בהעלותך את הנרות אין דער פולסטער מאָס.
יגהשם יתברך זאָל העלפן, אַז די יערלעכע אונטערנעמונג זאָל זיין מיט גרויס הצלחה, און דער זכות זאָל ביישטיין אַלע באַטייליגטע צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, צוזאַמען מיט די בני-בית שיחיו, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
ידבברכה להצלחה ולבשורות טובות,
טומ. שניאורסאהן