Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 27· Letter 10450אגרות קודש· כרך כז· י'תנ
אי'תנ
בב"ה, ז' מנחם אב, ה'תשל"ב
גברוקלין, נ.י.
דאין ענטפער אויף אייער בריף,
ה. . . דער אַריינבריינגען פון גויים וואָס האָבן זיך ניט מגייר געווען כהלכה – אין כלל ישראל
ואין צוגאָב צו פילע עיקר-זאַכן וועגן וועלכע מ'האָט שוין מערערע מאָל גערעדט און געשריבן,
זאונטערשטרייכט אויך נאָך מער און מער דעם טיפן ווייטאָג און אבלות פון די איצטיגע טעג, ווען גויים זיינען אַריין אין בית המקדש (ז' אב) ביז צום פאַרברענען פון בית המקדש אין טאָג פון תשעה באב.
חיעדער איד, ווער ער זאָל ניט זיין און אין וואָס פאַר אַ מצב אין תורה און מצות ער זאָל זיך ניט געפינען – איז ער דעם אויבערשטענ'ס בית המקדש,
טאון דער אַריינבריינגען גויים (איינעם, אָדער צוויי, אָדער מערערע) אין כלל ישראל, אָדער דער צוהעלפן אין דעם, אויך אפילו דער שטייען פון דער זייט און "באַרוהיגען" זיך אַז עס איז ניט זיין זאַך,
יפאַרטיפט נאָך מער דעם צער פון דער העכער 1900 יאָריגער אבלות פון תשעה באב,
יאובלשון פון ירמי' הנביא: כסתה כלימה פנינו כי באו זרים על מקדשי בית ה',
יבאון עס דאַרף בריינגען – יעדן איינעם אָדער איינע און ספּעציעל די וואָס האָבן וועלכע עס איז השפעה – צו אופהערען "באַרוהיגען" (פאַרטומלען) זיך (און במילא – אויך אַנדערע), בריינגען צו חרטה און מעשים טובים בפועל אין דעם ענין פון גיור כהלכה בפרט,
יגאון אין דעם ענין פון "חטאינו" בכלל,
ידאון דורך מבטל זיין די סיבה – דעם מפני חטאינו – וועט בטל ווערן דער מסובב (רעזולטאַט) – דער גלינו מארצנו –
טוגלייך אוסגעלייזט ווערן פון דעם אינווייניגסטן גלות און פון גלות אין פשוט'ן זין – דורך דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
טזבברכה.