Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 28· Letter 10571אגרות קודש· כרך כח· י'תקעא
אי'תקעא
ב[תחלת ה'תשל"ג]
גדי לעצטע חדשים אַז איך פלעג אייך טעלעפאָנירן די נאַכט פאַר ערב [ראש] חודש - האָב איך געזען אַז, ברוך השם, עס זיינען ניטאָ קיינע ספּעציעלע פּראָבלעמען, נאָר די געוויינליכע ענינים, אַן ערך די זעלבע פון חודש צו חודש.
דאון בטחוני ותקותי אַז בפרט דעם יאָר, וואָס האָט זיך אָנגעהייבן מיט שבת (מנוחה), וועט זיין נאָך בעסער. איז דאָך התורה חסה על ממונם של ישראל - אויסגעבן אידישע געלט אַף לאָנג דיסטאַנס טעלפאָן סתם אַזוי. ובפרט אַז לויט בעל שם טוב'ס תורה: אַז במחשבה איז מען איינער מיטען צווייטען - איז מען באמת צוזאַמען.