Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 28·Letter 10591אגרות קודש·כרך כח·י'תקצא

אי'תקצא
בב"ה, כ"ה חשון, ה'תשל"ג
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור
המו"ה אברהם גד שי'
ושלום וברכה!
זעס האָט מיר געפרייט צו באַקומען אייער בריוו פון ח"י חשון, און איך דאַנק אייך פאַר די גוטע גריסן בכלל און פון אייער באַזוך אין כפר חב"ד בפרט.
חא ספּעציעלן דאַנק פאַר דעם נחת-רוח וואָס אייער שרייבן האָט מיר געבראַכט וועגן אייערע און אייער פרוי'ז תחי' טעטיקייטן לטובת עניני חב"ד.
טדער אויבערשטער זאָל אייך מצליח זיין ממשיך זיין אין דער גוטער אַרבעט אין אַ גוטער שטימונג און מיט שמחה, און איר זאָלט תמיד קענען אָנזאָגן גוטע בשורות,
יבפרט אַז מיר דערנעענטערן זיך צום ליכטיקן חודש כסלו און צום יום הגאולה פון אַלטן רבי'ן, מייסד תורת החב"ד, י"ט כסלו, וואָס הייאָר ווערט אין דעם טאָג 200 יאָר פון דער הסתלקות-הילולא פון הרב המגיד פון מיעזריטש, דער רבי פון אַלטן רבי'ן וועלכער איז געווען זיין ממלא מקום.
יאבייליגענד איז די קבלה פאַר אייער צדקה, און דער זכות פון דער צדקה זאָל אייך און אַלע אייערע שיחיו ביישטיין למילוי משאלות לבבו לטובה.
יבבכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.