Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 28·Letter 10641אגרות קודש·כרך כח·י'תרמא

אי'תרמא
בב"ה, י"ג טבת, ה'תשל"ג
גברוקלין, נ.י.
דברכה ושלום!
האיך באַשטעטיג דעם ערהאַלטן פון אייער בריוו, און איצט אויך פּערזענלעכן גרוס מיט דאָס בייגעלעגטע, פאַר וועלכע אַ קבלה איז דאָ בייגעלעגט.
וווי עס איז מיר שוין אויסגעקומען צו ריידן מיט אייער מאַן שי' ווען ער איז דאָ געווען, איז אַלעמאָל, און בפרט היינטיגע צייטן, ניט ראַטזאַם נאָכגיין קינדער אויף יעדן שריט און טריט און אָנווייזן זיי ווי זיך צו פירן אין אַלע פרטים, אפילו ווען מ'איז זיכער אז מ'איז הונדערט פּראָצענט גערעכט.
זאון די זעלבע זאַך באַציט זיך אויך ניט נאָר אויף עלטערן און קינדער נאָר אין אַלגעמיין צו די וואָס ווילן האָבן אויף זיי אַ ווירקונג און השפעה.
חפונדעסטוועגן, איז זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז איך האָב גענומען אין באַטראַכט דעם אינהאַלט פון אייער בריוו און וועל זען וואָס מ'קען טאָן אין דעם אין אַ וועג וואָס זאָל ברענגען נוצן.
טדער אויבערשטער זאָל אייך בענטשן אַז מיטן מאַן צוזאַמען זאָלט איר האָבן אַ סך אמת'ן אידישן נחת פון די קינדער, און ווי מ'ווינטשט [א]ידישע עלטערן - איר זאָל[ט] זיי מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים.
ידער זכות פון אייער צדקה זאָל אייך ביישטיין צו גוטע בשורות אין אַלעס אויבנגעשריבענע.
יאבברכה.