Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 28· Letter 10751אגרות קודש· כרך כח· י'תשנא
אי'תשנא
בב"ה, י"א ניסן, ה'תשל"ג
גברוקלין, נ.י.
דאל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זבהמשך צום פריערדיגען בריוו, און כדי קלאָרער צו מאַכן די נקודה וואָס איז אין עם אַרויסגעבראַכט געוואָרן: אַז דער אמת'ער אידישער באַגריף פון השגחה פרטית איז - כפשוטו: יעדען טאָג און אין יעדען פרט און אַז הנהגה נסיית איז ניט באַשרענקט צו נסים גלויים, נאָר אַז אויך אין טאָג-טעגלעכן לעבן איז דאָ הנהגה נסיית, מערניט וואָס אין בעל הנס מכיר בנסו,
חאיז כדאי צוצוגעבן אייניגע נקודות און אויך אַרויסבריינגען די אָפּלערנונג פון דעם אַלעם, אין צוגאָב צום וויסען די אידישע השקפת עולם (וועלט אַנשאָאונג), אויך בנוגע צו מעשה בפועל, וואָרום מעשה הוא העיקר (טאַט איז דער עיקר).
ט***
יהנהגה נסיית קען זיין אין צוויי אופנים: (א) נסים גלויים, באַשיינפּערלעכע נסים, ווי די נסים וועלכע זיינען געווען פאַרבונדן מיט יציאת-מצרים, דאָס הייסט נסים אינגאַנצן למעלה מדרך הטבע און אין פולשטענדיגען קעגנזאַץ צו טבע; (ב) נסים ווי דער נס פון פורים, וואָס איז געווען "אָנגעטאָן" אין טבעית'דיגע לבושים.
יאדי נסים פון יציאת-מצרים - אָנהוינבנדיג מיט די אותות ומופתים אין מצרים, ביז צו דער אויסלייזונג פון דעם גאַנצן פאָלק, יונג און אַלט, זין און טעכטער, נאָך הונדערטער יאָרן פאַרשקלאַפונג אין אַ לאַנד פון וואַנעט אפילו איין קנעכט האָט ניט געקענט אַנטלויפן, און דערצו נאָך אַ גאולה ביד רמה און ברכוש גדול (מיט פרסום און שטאָלץ, און מיט אַ גרויסן אייגענטום) - דאָס זיינען פּאַסירונגען, וואָס אַלע אָן אויסנאַם האָבן קלאָר און דייטלעך געזען אַלס נסים גלויים.
יבאַנדערש איז געווען דער נס פון פורים, וואָס כאָטש אויך אין דעם פאַל זיינען געווען נסים, ביז - ונהפוך הוא, אַ פולשטענדיגע איבערקערעניש ביז אַז ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, איז אָבער דער נס פון פורים געווען "אָנגעטאָן" אין לבושים פון טבע: אסתר ווערט אַ מלכה, מרדכי - אַ יושב בשער המלך און ראַטעוועט דעם מלך פון אַן אַטענטאַט, אסתר איז זיך משתדל ביים מלך מבטל צו מאַכן די גזירה וכו', ווי די אַלע פרטים ווערן דערציילט אין דער מגילה; כאָטש אפילו יעדע פּאַסירונג פאַר זיך, ובפרט זייער צוזאַמענקומען זיך בימים ההם בזמן הזה - איז געווען אַ נס, ווי מיר זאָגן דאָס מערערע מאָל: נסים ופורקן וגבורות ותשועות ונפלאות.
יג***
ידאויך אין הנהגה טבעית זיינען פאַראַן צוויי אופנים: (א) אַ הנהגה וואָס "אויסערלעך" איז זי אינגאַנצן אַ טבעית'דיגע, (ב) די הנהגה אין וועלכער עס זעט זיך קלאָר אָן השגחה פרטית.
טואַ דוגמא פון ערשטן פאַל איז דער ענין פון זרע וקציר: זייען און שפעטער שניידן איז אינגאַנצן אַ נאַטירלעכע זאַך, אויף אַזוי ווייט, אַז כדי אויך אין דעם צו זען די ג-טלעכע השגחה, דאַרף מען זיך טיף אַריינטראַכטן, ווי אַזוי די השגחה פרטית ברענגט צוזאַמען פאַרשידענע דערשיינונגען - ווינטן און רעגנס און זון שיין - יעדערע פון זיי אין דער ריכטיגער צייט א.ז.וו.
טזדער צוויטער פאַל, פון אָפענער השגחה פרטית,
יזאָדער ווי די וועלט רופט עס: הצלחה, מזל, מציאה א.ז.וו. - נעמען וואָס זאָגן ניט וואָס דאָס איז, זיי זאָגן נאָר די שלילה (נעגאַטיווע), אַז דאָס איז ניט די דערגרייכונג פון דעם מענשענס שכל אָדער פון זיין האָרעוואַניע, זאָגט תורת אמת דעם אמת - אַז דאָס איז בהשגחה פרטית און ברכת ה' אין בני חיי ומזוני:
יחאמת'ר אויסערגעוויינליכער נחת פון קינדער, שטענדיגער גוטער געזונט, אויסערגעווינליכע הצלחה אין פרנסה, א.ז.וו.
יט***
כאון דאָס איז די נקודה וואָס איז אונטערגעשטראָכן געוואָרן אין פריערדיגען בריוו אַלס אָפּלערנונג פון החודש הזה לכם: דורכדעם וואָס די תורה האָט איינגעשטעלט אַ ציילונג באַ אידן אַז אַלע חדשים הייבן זיך אָן פון חודש ניסן, דער חודש וואָס זיין אינהאַלט און ענין איז כי בו יצאת ממצרים דורך נסים גלויים פון דעם אויבערשטן, לערנט אונז די תורה אַז אַזוי איז דאָס, דעם אויבערשטנ'ס פירונג, אַלע חדשים פון יאָר, סיי ווען מען זעט נסים גלויים, סיי מ'זעט נסים אין טבעית'דיגע לבושים, סיי מ'זעט השגחה פרטית, סיי עס זעט זיך אָן נאָר טבע - דאַרף אַ אידן וויסן און געדענקען, אַז דער אויבערשטער איז דער באַשעפער פון דער וועלט און דער איינציקער און גאַנצער בעל-הבית פון דער וועלט, און פירט די גאַנצע וועלט אין אַלע אירע פרטים און פרטי-פרטים, ועל אחת כמה וכמה - דעם עולם קטן זה האדם, יעדן מענטשן בפרטאין אַלע איינצלהייטן פון זיין טאָג-טעגלעכן לעבן.
כאלויט דעם איז דאָך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז יעדער פרט פון זיין לעבן, ווי "קליין" ער זאָל ניט זיין, איז דאָ אין דעם אַן אָנווייזונג - און עס מוז געטאָן ווערן לויט דער אָנווייזונג - פון דעם וואָס איז "משגיח" אויף דעם פרט בפרט - און קיין זאַך קען עס ניט ענדערן, וואָרום דאָס "ציילט זיך" פון ניסן - נסים גלויים פון יציאת מצרים.
כב***
כגבהמשך אויך צו דעם וואָס איז געבראַכט געוואָרן אין פריערדיגן בריוו, אַז דוד המלך האָט, אין נאָמען פון יעדן אידן, אָנגעדייטעט אין תהלים דעם ענין פון שטענדיגער השגחה פרטית, און דערפאַר איז: בךה' חסיתי אל אבושה (אין דיר, ג-ט, טו איך מיר שיצן, איך וועל ניט פאַרשעמט ווערן - און ביידע זאַכן) - לעולם (קיינמאָל), און דאָס בריינגט, אַז לשוני כל היום תהגה צדקתך (אויך מיין צונג אַ גאַנצן טאָג וועט ריידן דיין וואוילטעטיקייט) (און מען זעט השגחה פרטית בגלוי) - כי בושו כי חפרו מבקשי רעתי (וואָרום פאַרשעמט זיינען געוואָרן און פאַרקלעמט די וועלכע האָבן געזוכט מיין בייז),
כדאיז די פאָרטזעצונג גלייך נאָכדעם - אין צוזאַמענהאַנג מיט הנהגה נסית: לשלמה אלקים משפטיך למלך תן וצדקתך לבן מלך (צו שלמה, ג-ט, גיב דיינע משפטים צום מלך, און דיין צדקה צום מלך'ס זון) - די הנהגה וואָס איז געווען אין די צייטן פון מלך שלמה: ידין עמך בצדק גו' (ער וועט משפט'ן דיין פאָלק מיט צדק - ווי באַוואוסט די משפטים פון שלמה - אין אַן איבערנאַטירלעכן אופן) און אַזוי זיין גאַנצע מלוכה בכלל - איז געווען למעלה מן הטבע לגמרי, אַז אָן קיינע מלחמות איז: וירד גו' עד אפסי ארץ (ער וועט געוועלטיגען . . ביז צו ענדע פון דער ערד), ביז אַז - כל גוים יעבדוהו (אַלע פעלקער וועלן עם דינען),
כהאון דער מזמור איז אויך אַן אָנדייטונג, לויט ווי חכמינו ז"ל ערקלערן, אויף די צייטן און הנהגה פון מלך המשיח, ווען טבע וועט דערהויבן ווערן צו דער מדרגה פון למעלה מדרך הטבע. ביז אַז אַנשטאָט דער סדר פון זרע וקציר, פריער זייען און דערנאָך שניידן, און דערנאָך ערשט טאָן נאָך אַ ריי מלאכות ווי דרעשן, מאָלן, קנעטן, און באַקן, ביז עס ווערט ולחם לבב אנוש יסעד (ברויט שטאַרקט דאָס האַרץ פון מענטשן), וועט זיין יהי פסת בר בארץ (עס וועט זיי אַ גערעטעניש פון תבואה אין לאַנד), וואָס - אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם אָפּטייטש אויף משיח'ן - מיינט עס לויט אונזערע חכמים אַז ארץ ישראל תוציא גלוסקאות וכלי מלת - אַז אין משיח'ס צייטן וועט די ערד פון ארץ ישראל אַרויסברענגען פאַרטיקע זעמלעך און זיידנס -
כודי הנהגה אין וועלט וועט זיין אַזוי נסים'דיג, אַז אפילו לגבי די נסים פון יציאת-מצרים וועט דאָס זיין אַ נס, און ווי עס ווערט געטייטשט דער פסוק כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות - אפילו לגבי די נסים פון יציאת מצרים וועלן דאָס זיין "נפלאות" - וואונדער איבער וואונדער.
כז***
כחויהי רצון, אַז אַזוי ווי כדי צו מקרב זיין משיח'ס קומען, איז דאָס דורך היום אם בקולו תשמעו, פירן זיך אין איינקלאַנג מיט דעם אָנזאָג פון אויבערשטן,
כטוואָס אויך דאָס איז מרומז אין אָנהויב פון מזמור: משפטיך למלך תן וצדקתך לבן מלך, וואָרום יעדער איד איז געגליכן צו אַ מלך און צו אַ בן מלך,
לזאָל יעדער איינער און איינע דורכפירן אין טאָג-טעגלעכן לעבן די משפטים און צדקה ווי דער אויבערשטער פאַרלאַנגט, און היום, פון היינט אָן, און דאָס וועט צואיילן און ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, און עס וועט מקויים ווערן, ווי ער זאָגט אין סיום פון מזמור אַז
לא. . אלקי ישראל (וואָס ער איז) עושה נפלאות לבדו . . (וועט זיין) וימלא כבודו את כל הארץ (און די גאַנצע וועלט וועט זיין פון מיט זיין כבוד) אמן ואמן.
לבבכבוד ובברכה לחג הפסח כשר ושמח ולקיום היעוד בקרוב ממש: כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות,
לגמנחם שניאורסאהן
לדפריערדיגען בריוו: דר"ח ניסן, תשל"ג.
לההשגחה . . אין יעדען פרט: ראה תורת הבעש"ט בזה: ד"ה על כן יאמרו, תרצ"ו פ"ב (בסה"מ קונטרסים ח"ב). ובמאמר שם: מזה יוצא לנו ענין עמוק בעבודה כו'. בהוספות לכתר שם טוב (הוצאת קה"ת) סי' קיט ואילך. וש"נ.
לונסים גלויים . . אין טבעית'דיגע לבושים: תו"א ק, א. שערי אורה ע' 118.
לזהונדערטער יאָרן פאַרשקלאַפונג: כמש"נ ועבדום וענו אותם (לך טו, יג). סנה' צא, א. וראה שמו"ר פ"א, ח וי"ל.
לחאפילו איין קנעכט: מכילתא יתרו יח, א.
לטונהפוך הוא: להעיר אשר ונהפוך מן הקצה אל הקצה דאחשורוש בנוגע להמן - הי' זה במשך משתה אחד (השני) דאסתר.
מליהודים . . ויקר: אסתר ח, טז. וראה רש"י מגילה טז, ב (וראה תרגום שם) - אשר על אורה זו תורה וכו' גזר המן ונהפוך הוא.
מאמיר זאָגען דאָס: ב"ועל הנסים" (כנוסח אדה"ז בסידורו).
מבהנהגה טבעית . . צוויי אופנים: להעיר אשר שבעת ימי הבנין (דהעולם והטבע) הם חול ושבת (מל' וז"א - נגלות. משא"כ חו"ב - נסתרות). וראה ג"כ ד"ה והי' כי תבוא, תרס"ו.
מגווינטען . . שיין: ראה מים רבים, תרל"ו פצ"ט ואילך.
מדהצלחה: ראה אוה"ת (כרך ב') ס"פ וישב.
מהבני חיי ומזוני: ראה זח"א מג, סע"ב. ל"ת להאריז"ל פ' תולדות. ביאוה"ז - לאדהאמ"צ - לוירא קטו, א. לקוטי לוי"צ לזח"ג ע' רצט.
מושטענדיגער גוטער געזונד: ראה רמב"ם הל' דעות פ"ד ה"כ-כא: כל כו' אלא א"כ כו' או כו' או כו' ושינוי וסת כו'. ב"מ (קז, ב): והסיר הוי' ממך כו'.
מזבאַשעפער . . בעל הבית: ראה ס' החנוך מצוה כא. ולהעיר שזהו ג"כ הרמזים דשבת ושביעית.
מחדי גאַנצע וועלט . . פרטי פרטים: כתורת הבעש"ט הנ"ל. וראה דרך חיים ספ"ט.
מטיעדער פרט . . אַן אָנוויזונג: ראה הפס"ד בטושו"ע או"ח סרל"א.
נניסן - נסים: להעיר מברכות נז, רע"א.
נאאָנגעדייטעט אין תהלים: וכידוע ראיית אדה"ז לתורת הבעש"ט בהשגח"פ - מתהלים לו, ז (ע"פ דרז"ל חולין סג, א) - רשימות הצ"צ לתהלים שם.
נבלשלמה . . אמן ואמן: תהלים עב, א-יט.
נגמלך שלמה . . המשיח: מפרשי התהלים שם ובמדרז"ל.
נדמשפטים פון שלמה: כבמדרש תהלים עה"פ משפטיך למלך תן - שהי' שלמה דן כיוצרו. ועיין ר"ה כא, סע"ב.
נהאָן קיינע מלחמות: דה"א כב, א.
נוטבע וועט דערהויבן ווערן: ומש"כ הרמב"ם הל' מלכים רפי"ב (משא"כ להראב"ד שם) - ראה רדב"ז שם (ולא זכיתי להבין תירוצו דא"י שאני - שהרי הרמב"ם שולל ביטול מנהגו של עולם. ואולי יל"פ כוונתו שיהי' בא"י לא בתור ביטול מנהגו של עולם, כ"א הנהגה נסית דבנ"י - ע"ד המן וכו' בהיותם במדבר. אבל גם עפ"ז צריך לחלק בין תחלת ימוה"מ (כל' הרמב"ם לקמן וכדלהלן) שהרי בימי בן כוזיבא לא היתה כזאת - ראה הל' מלכים פי"א ה"ג). ולפענ"ד - כיון שמרז"ל בשבת (דלהלן) א"א לפרשו כמשל שהרי מסיים לגלג כו' אחוי לי' כו' - עכצ"ל דס"ל להרמב"ם דשתי תקופות בימוה"מ. וכיון דבן כוזיבא טעו בו שהוא המלך המשיח (ראה הל' מלכים שם) אף שלא נראה חידוש בעולם - מכריח מזה הרמב"ם שהכתובים (ומרז"ל) המדברים בתחלת יציאת חוטר מגזע ישי גו' - משל הם. וידועים דברי הר"מ (זח"ג קכה, רע"א) דמסטרייהו דע"ה לית כו' אלא שעבוד מלכויות בלבד. וראה עה"ק ח"ב פל"ח. אבל עייג"כ פיה"מ להרמב"ם פ' חלק (שמפרש דשבת הנ"ל דלא כפשוטו). מאמר תחיית המתים (דמש"כ דמשל הן אין זה החלטי כו' ואם הוא כפשוטו הרי יהי' נס כו' כעין אמרם לא הזיק נחש ועקרב בירושלים). ובחסידות בכ"מ דאין בין עוה"ז לימוה"מ אלא ש"מ, מ"מ וגר זאב גו' (כפשוטו) וכמו חמורו דרפב"י (שבזה אאפ"ל נס - דלמה יעשה נס זה) - ראה ש' האמונה בסופו (לאחר תחה"מ). וככה בתחלתו. ועוד.
נזארץ ישראל . . מלת: שבת ל, סע"ב.
נחגעטייטשט דער פסוק: מיכה ז, טו. אוה"ת עה"פ ס"ג וס"ט.
נטדורך היום . . תשמעו: סנה' צח, סע"א.
סיעדער איד . . אַ מלך . . בן מלך: זח"ב כו, ב. (תקו"ז בהקדמה א, ב. שבת סז, א).
סאמשפטים און צדקה: כולל הכל וכמש"נ דרך הוי' לעשות צדקה ומשפט (וירא יח, יט. וראה אוה"ת שם).
סבעושה נפלאות לבדו: להעיר שע"ז דרז"ל (נדה לא, א) שאין בעל הנס מכיר בנסו.
סגאמן ואמן: להעיר מהא דהאומר הן הן (בלי הפסק) הוי שבועה (שבועות לו, א). וראה או"ת להה"מ ס"פ בהר.
סדלחג הפסח כשר ושמח: כי מצותו במצות - וצ"ל ושמרתם את המצות - ובד' כוסות יין המשמח אלקים ואנשים. וראה לקוטי לוי"צ - אגרות (ע' קצז) שכשר ר"ת כמוצא שלל רב לרמז על בירור הניצוצין שהוציאו ישראל ממצרים כמ"ש ואח"כ יצאו ברכוש גדול, שמח הו"ע הד' כוסות, מוחין דאבא, דאימא כמ"ש בפע"ח.