Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 28· Letter 10909אגרות קודש· כרך כח· י'תתקט
אי'תתקט
בב"ה, מוצאי שבת-קודש ח"י אלול, ה'תשל"ג
גברוקלין, נ.י.
דאל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זאין דער צייט פון צוגרייטונג צו ראש השנה -
חדעם טאָג ווען אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן, וואָס דערמיט איז די גאַנצע בריאה (באַשאַף) פאַרענדיקט און פאַרפולקאָמט געוואָרן;
טדעם טאָג וואָס איז דער אָנהייב און "קאָפּ" פון דעם גאַנצן יאָר, וואָס דאָס מיינט דאָך, אַז ראש השנה לערנט און גיט אָנווייזונגען און ריכטונג פאַר אַלע טעג פונם יאָר -
יוויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן אויף איין לימוד און הוראה - און דאָס איז וועגן דעם צענטראַלן אָרט וואָס דער מענטש פאַרנעמט אַלס "קרוין" פון דער גאַנצער בריאה, און אַז פון עם איז אָפּהענגיק די שלימות פון דער גאַנצער בריאה, ווי אויבן דערמאָנט.
יא***
יבראש השנה לערנט און דערמאָנט יעדן וועגן די אונגעהויערע כחות וועלכע זיינען אין עם אַריינגעלייגט געוואָרן, כחות וועלכע געבן עם די מעגליכקייט ניט נאָר בריינגען זיך צו דער פולסטער שלימות, נאָר אויך ווירקן און אָנפירען, איבערמאַכן אויב נייטיג - די וועלט אַרום זיך,
יגוואס צוזאַמען דערמיט קומט אויך די געוואַלדיקע אחריות ניט אונטערשאַצן די כחות וואָס מ'האָט אים געגעבן און אויסניצן זיי אין דער פולסטער מאָס בנוגע זיך און בנוגע דער וועלט אַרום זיך.
ידשוין דאָס אַליין וואָס ראש השנה און דער טאָג פון משפט פון דער גאַנצער בריאה איז באַשטימט געוואָרען ניט אין דעם ערשטן טאָג פון דער בריאה ווען אַלעס איז באַשאַפן געוואָרן מאין ליש נאָר אין דעם טאָג ווען דער מענטש איז באַשאַפן געוואָרען, באַווייזט אַז אין עם היינגט אָפּ דער משפט פון דער גאַנצער בריאה,
טווואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז מען האָט אים געגעבן די כחות אויף ווירקען און אָנפירען מיט דער בריאה.
טזדאָס אַלעס ווערט קלאָר אַרויסגעבראַכט און נאָכמער אונטערשטראָכען דורך חכמינו זכרונם לברכה אין זייער דערציילונג (וועלכע איז אַ חלק פון תורה - אַ הוראה) וועגן דעם ערשטן מענטשן - אדם הראשון - אין דעם ערשטן ראש השנה, דעם טאָג פון זיין באַשאַפונג: באַלד ווי אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרען האָט ער זיך אַרום געקוקט און אַריינגעטראַכט אין דער בריאה און דערקענט אַז דאָס איז מעשיך הוי' - די באַשאַפונג פון דעם אויבערשטן און גלייך נאָכדעם גערופן (און אויפגעטאָן אין אַלע באַשעפענישן) בואו אני ואתם נלך . . ונמליך עלינו מי שבראנו (קומט איך און איר וועלן גיין . . און אויפנעמען אויף זיך אַלס קעניג דעם וואָס האָט אונז באַשאַפן). דאָס מיינט אַז גלייך באַ זיין באַשאַפונג איז דעם מענטשן געגעבן געוואָרען דער אומגעהויערער כוח צו דערהייבן זיך און די גאַנצע באַשאַפונג צו דער העכסטער מדריגה פון שלימות - צו פאַרבינדן זיך מיט דעם באַשעפער, דורך דער אַנערקענונג אַז דער אויבערשטער איז באַשעפער און דער מלך העולם, דער קעניג פון דער וועלט; אַן אַנערקענונג וואָס דריקט זיך באַלד אויס אין אַן עיקר'דיקען און קאָנקרעטן אופן.
יזאון ווי ערקלערט אין מערערע ערטער בתורתנו - איז לויט דעם באַשאַף פון אדם הראשון און די פרטים אין דעם - אַזוי איז אויך באַ יעדער אידן.
יח***
יטפון דאָס אויבנגעזאָגטע פאָלגט אַ העכסט וויכטיגער פּונקט, וואָס איז אייגענטליך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אָבער מוז אונטערשטראָכן ווערן, ספּעציעל אין דער היינטיקער צייט, און דאָס איז, אַז די דערמאָנטע אויפפּאַסונג בכלל, און די פאָלגלעכע אויספירונג דערפון וועגן די גאָר גרויסע זכות און אחריות, איז דאָס ניט אַ "פּריוואַטער" ענין וואָס איז נוגע דעם יחיד אַליין. וואָרום, ווי געזאָגט, איז די אויפגאַבע פון יעדן יחיד ניט נאָר זיך אַליין צו דערהויבן צו דער נויטיגער הויך, נאָר צו דערהויבן אויך דעם גאַנצען אַרום, ביז צו פאַרווירקלעכן די שלימות פון דער גאַנצער בריאה, וואָס צוליב דעם איז ער באַשאַפן געוואָרן און מען האָט אים געגעבן אונגעהויערע כחות.
כאון בנוגע דעם אויסרייד אַז ווירקען און אויפטאָן אין דעם אַרום קען דאָך געטאָן ווערן דורך אַנדערע און אויסנוצן זיינע כחות איז דאָך נאָר זיינער אַ פּריוואַטער ענין - דערציילט תורה אַז אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן יחידי (אַן איינציגער) כדי אָנצוזאָגן אַז יעדער איינער איז ווי (אדם הראשון אַן איינציגער, ער איז) די גאַנצע וועלט -
כאאיז דערפון אויך פאַרשטאַנדיק אַז אַזוי ווי אדם הראשון האָט ניט געהאַט וועמען איבערצוגעבן זיין שליחות אויפטאָן אין דער וועלט דעם "בואו ונמליך עלינו מי שבראנו" - אַזוי אויכעט בנוגע יעדערן אין זיין שליחות.
כבאון אַז מ'קומט צו דער אַנערקענונג פון דער דאָזיגער אחריות און זכות, ווערן נישטיק קליין, די אַלע שטערונגען און שוועריקייטן וועלכע מ'באַגעגנט אין וועג. וואָרום בשעת מ'באַטראַכט זיך ווי ווייט עס איז נוגע יעדע פעולה פון יעדן יחיד, ניט נאָר פאַר זיך אַליין, נאָר פאַר דעם גאַנצן כלל, ביז צום גאַנצן ענד-ציל פון דער בריאה - איז וואָס פאַר אַ באַטרעף האָבן אַלע שוועריקייטן לגבי דעם!
כג***
כדווי פיל אַנדערע ענינים אין תורה, וועלכע ווערן אַרויסגעגעבן אין אַ גאָר קורצן לשון, ווערט אויך דאָס אויבענגעזאָגטע אַרויסגעבראַכט אין געציילטע ווערטער אין תורה שבכתב צוזאַמען מיט אַ קורצער דערקלערנוג אין תורה שבעל פה.
כהגלייך אויף דעם ערשטן פסוק אין דער תורה, וואָס שליסט איין אין זיך דעם גאַנצן באַשאַף: בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ - "אין אָנהייב האָט דער אויבערשטער באַשאַפן דעם הימל (איינשליסענדיק אַלע הימלשע באַשעפענישן) און די ערד (איינשליסענדיק אַלע ערדישע באַשעפענישן)" - דערקלערט תורה שבעל פה, אַז דער ערשטער וואָרט בראשית אַנטהאַלט די אָנדייטונג: בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית - "צוליב דער תורה וואָס ווערט אָנגערופן ראשית און צוליב אידן וואָס ווערן אָנגערופן ראשית". דאָס מיינט צו זאָגן, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן און ווערט שטענדיק באַנייט און באַלעבט און פאַרפולקאָמט דורכדעם וואָס אַ איד פירט זיך לויט דער תורה.
כו***
כזדאָס איז, ווי אויבענדערמאָנט, איינע פון די עיקר'דיקע אָנווייזונגען פון ראש השנה אַלס "קאָפּ" פון דעם גאַנצן יאר - אין דעם זין פון אָנפירן מיט אַלע טעג פון יאָר ווי דער קאָפּ פירט אָן מיט אַלע איברים פון גוף - אַז אַ איד דאַרף יעדן טאָג זיין דורכגעדרונגען מיט דעם באַוואוסטזיין, אַז זיין יעדע מעשה (טאַט), און אפילו דיבור (רייד), און אפילו מחשבה (געדאַנק), איז נוגע ניט נאָר זיך און דער נאָענטער סביבה, נאָר אויך דעם גאַנצן פאַרנעם פון דער וועלט, ביז צו די העכסטע עולמות. דערביי דאַרף ער אויך געדענקען, אַז אַלס נצר מטעי מעשה ידי - "דער צווייג פון מיין פלאַנצונג, דאָס ווערק פון מיינע הענט", באַקומט ער די פולסטע מעגלעכקייט צו דערפילן זיין אויפגאַבע ווי זי איז געגעבן געוואָרן צו אדם הראשון, יציר כפיו של הקדוש ברוך הוא (וועמען ג-ט האָט אויסגעפורמט מיט די אייגענע הענט, כביכול) - די אויפגאַבע צו ברענגען זיך און די וועלט אַרום צום תכלית פון זייער שלימות,
כחאון באַקומט די מעגליכקייט ווי דער אויבערשטער גיט בכלל וביחוד אין דעם טאָג און אין דער צייט וואָס וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד (דער אויבערשטער האָט געזען אַלעס וואָס ער האָט באַשאַפן אַז עס איז גוט ביז גאָר) - פון זיין פולער אָפענער הייליגער און ברייטער האַנד.
כטבברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,
למנחם שניאורסאהן
לאח"י אלול: יום השייך בפרט לחשבון הנפש בנוגע לחדש תשרי העבר (ס' השיחות ה'תש"ג ע' 177).
לבפאַרפולקאָמט געוואָרען: שהרי הי' גמר חלתו של עולם (ב"ר רפי"ד), דמו של עולם, נרו של עולם (ירוש' שבת פ"ב, ה"ו). יתרה מזה בחדא"ג מהרש"א (ר"ה כז, א): כאילו לא נברא שום דבר קודם בריאת אדם.
לג"קאָפּ" . . וואָס דאָס מיינט: עטרת ראש בתחלתו.
לדאַלס "קרוין": קדם לכל מעשה בראשית, ראשון במעלה (ויק"ר ר"פ תזריע. בחיי שם). וראה לקו"ת רד"ה ביום השמיני שלח.
לה"קרוין" . . פון עם איז אָפּהענגיק: ובכל זה אינו בא לגאווה כלל ואפילו לא להחזיק טובה לעצמו (גם כשמביא זה בפועל) "וכל גיא שוטה כי . . אין זה משלו כלל כו' (ואם מתגאה בזה ה"ה) עוד גרוע כו'" (קונטרס ומעין מט"ז בארוכה).
לואונגעהויערע כחות: להעיר מב"ר פכ"א. זח"ג מח, א. לקוטי לוי יצחק לזח"א לד, ב.
לזאיבערמאַכען אויב נייטיג: להעיר ממש"נ (בראשית א, כח) מלאו את הארץ וכבשוה ורדו גו'. לקו"ת אמור (לח, ב).
לחדער פולסטער מאָס: ראה כתובות (סז, א): כדבעי לי' למיעבד.
לטטאָג פון משפט: פסיקתא כג - הובאה ר"ן לר"ה פ"א מ"ג. ובפיוט ונתנה תוקף שזהו דין גם דצבא מרום. ובכתהאריז"ל בכוונות יום א' דר"ה (בס' הכוונות. פע"ח וכו').
מאַלעס . . מאין ליש: גם העפר ממנו נברא האדם.
מאאָנפירען מיט דער בריאה: וי"ל שמרומז גם במש"נ: משפטיך למלך תן וצדקתך לבן מלך (שכל ישראל מלכים ובני מלכים (זח"ב כו, ב. תקו"ז בהקדמה א, ב. שבת סז, א)) גו' וירד מים גו' עד אפסי ארץ (תהלים עב, א-ח).
מבזייער דערציילונג: פדר"א פי"א. תנחומא פקודי ג. תקו"ז תנ"ו.
מגדערציילונג . . אַ הוראה: ראה זח"ג (קנב, א): האי סיפור דאורייתא כו'.
מדמערערע ערטער: סנה' לז, א. שם לח, א. תנחומא שם ועוד.
מהדי פרטים: אף שלא כולם. וי"ל דבפנימיות כולם ישנם בכאו"א כיון שהקב"ה טבע כל אדם בחותמו של אדה"ר. וע"ד דו פרצופין נברא (ברכות סא, א). וכאו"א דכר בלא נוקבא פלג גופא איקרי (זח"ג ז, ב).
מודערציילט תורה: סנה' שם. ועוד.
מזבראשית . . ראשית: בראשית א, א. פרש"י שם.
מחאיינשליסענדיק אַלע . . באַשעפענישען: ב"ר פ"א, יד. ובזח"א (לא, ב) דמרמז לכל הע"ס.
מטשטענדיג באַנייט: כי חידוש הבריאה הוא בכל יום תמיד וכתורת הבעש"ט (תניא ח"ב בתחלתו).
ניעדע מעשה . . דער וועלט: ראה רמב"ם הל' תשובה (פ"ג ה"ד): צריך כל אדם שיראה עצמו כל השנה כולה כו'.
נאביז . . עולמות: וכתורת הה"מ: דע מה למעלה ממך פי' דע כל מה שלמעלה הוא ממך (אור תורה קרוב לסופו). וראה ד"ה את ה' האמרת (אוה"ת תבוא. ס' המאמרים תר"ל. ועוד).
נבנצר . . ידי: ישעי' (ס, כא). ובזח"א (לה, ב) דריש זה על אדם וחוה.
נגיציר כפיו: קה"ר עה"פ ג, יא.
נדוירא . . מאד: בראשית א, לא. ולהעיר מדרז"ל טוב מאד זה אדם (ב"ר פ"ח, ה).
נהפולער . . ברייטער: כן הוא ברוב הנוסחאות דברכה ג' דברהמ"ז.