Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 32·Additions·11 Nissanלקוטי שיחות·כרך לב·הוספות·י"א ניסן

אי"א ניסן
ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
בלאנ"ש שיחיו שברכו אותו, י"א ניסן ה'תשמ"ז,
גלאחרי תפלת ערבית
דא. דער* אויבערשטער זאָל ממלא זיין משאלות לבבם לטובה של כל אחד ואחת מישראל בכלל, און אלו הנמצאים כאן במיוחד.
הובפרט אַז מ'האָט אויף דעם אַ כח מיוחד פון דעם זמן שגרמא:
ומ'שטייט אין חודש ניסן, וואָס "ניסן" האָט צוויי נוני"ן, וואָס דאָס באַדייט אַז "נסי נסים נעשו לו"1.
זאון אין חודש ניסן עצמו — "ביום עשתי עשר יום", וואָס דעמולט איז דער "נשיא לבני אשר"2. וואָס זיין ענין איז — "הוא יתן מעדני מלך"3, דער ענין פון תענוג4 און אַזאַ דרגא אין תענוג וואָס ווערט אָנגערופן "מעדני מלך" — תענוג פון אַ מלך: אַ מלך איז בכלל רגיל אין אַלע ענינים טובים. איז פאַרשטאַנדיק אַז "מעדני מלך" מיינט אַ תענוג וואָס איז (ניט נאָר מערער פאַר מילוי החסרון5, נאָר) אַ תענוג וואָס איז מערער און בהוספה אפילו אויף הרחבה און שלימות הטוב אין וועלכע אַ מלך איז רגיל.
חב. ויש לקשר זה (דעם ענין פון חודש ניסן בכלל, "נסי נסים", און "ביום עשתי עשר יום נשיא לבני אשר") מיט חג הפסח — דער תוכן כללי ונקודה עיקרית פון גאַנץ חודש ניסן:
טדער קרבן פסח6 (און בזמן הזה — דעם אפיקומן7 וואָס איז אַ זכר לפסח) האָט מען געגעסן "בסוף כל הסעודה כדי שיהי' נאכל על השובע, דהיינו שהפסח יהא גמר כל השביעה כדי שיהיו נהנין באכילתו. . דרך חשיבות וגדולה. . כדרך שהמלכים והגדולים אוכלים"8.
יד. ה. אַז אויך פאַר אכילת קרבן פסח האָט מען "שובע", און דער פסח איז מוסיף אין דעם נאָכמער הנאה ותענוג — "מעדני מלך", "כדרך שהמלכים כו' אוכלים".
יאג. אין דעם קומט צו נאָך אַ נקודה, און אַ חידוש:
יבבאַם אָנהויבס סדר של פסח איז מען מכריז: "כל דכפין ייתי וייכול כל דצריך ייתי ויפסח", און מ'איז מסיים אַז אַלע אידן ווערן "בני חורין".
יגאון לפני זה (אָנהויבנדיק פון שלשים יום קודם החג9) — גיט מען די עניי העיר ובכלל "מעות חטים".
ידדאָס הייסט10, אַז נוסף לזה וואָס מ'דאַרף אַליין עסן דעם פסח "על השובע" ("מעדני מלך"), דאַרף מען דאָס אויך געבן צו "כל דצריך". מ'דאַרף אים געבן ניט נאָר "די מחסורו" ("כל דכפין ייתי וייכול"), נאָר אויך "ייתי ויפסח", דעם פסח וואָס "נאכל על השובע", "כדרך שהמלכים אוכלים", "מעדני מלך" — ביז אַז מ'מאַכט פון אים אַ "בן חורין" אמיתי.
טואון דער טעם אויף דעם איז בפשטות — ווייל יעדער איד איז אַ בן מלך11, און בנו יחידו של מלך12, מלך מלכי המלכים הקב"ה.
טזד. ועפ"ז יש לקשר זה מיט דעם קאַפיטל (מזמור) תהלים13 וואָס כמה הויבן אָן זאָגן14 בעשתי עשר יום דחודש ניסן בשנה זו:
יזדער קאַפיטל הויבט זיך אָן מיט "עני ואביון אני"15, און דערנאָך איז מען ממשיך16 "שמח נפש עבדך".
יחויש לומר אַז דאָס זיינען די צוויי קצוות הנ"ל: מ'הויבט אָן דעם סדר מיט "כל דכפין כו' כל דצריך כו'" — "עני ואביון"; און מ'גיט זיי דעם פסח שנאכל על השובע, "מעדני מלך" — "שמח נפש עבדך", דער ענין פון שמחה וואָס איז נאָכמער פון מילוי החסרון בכלל, און נאָכמער אפילו פון תענוג בכלל, וואָרום שמחה איז פורץ כל הגדרים17.
יטה. און אין דעם גופא — קומט צו נאָכמער הדגשה בשעת מ'שטייט גלייך נאָך תפלת ערבית, ווען עס הויבט זיך אָן (ע"פ תורה ושו"ע)18 דער מעת-לעת פון "עשתי עשר יום" בחודש ניסן:
כתפלת ערבית איז "רשות"19. ומבואר בחסידות20, אַז דאָס איז אַ העכערע המשכה פאַר די המשכה וואָס קומט דורך "חובה". ד.ה. אין עבודת האדם — ניט נאָר אַ המשכה פון "די מחסורו" (חובה), נאָר אַ המשכה פון "לעשרו" (רשות).
כאויש לומר אַז דאָס איז איינער פון די טעמים פאַרוואָס דוקא יעקב תיקן תפלת ערבית21 — ווייל "נחלת יעקב" איז "נחלה22 בלי מצרים"23.
כבולהוסיף, אַז אין יעקב זיינען אויך דאָ די צוויי קצוות: "יעקב" איז אותיות יו"ד עקב24. וואָס עקב (דער חלק הכי תחתון בגוף25) גייט אויף דער דרגא פון "עני ואביון". און אין בחי' עקב ("עני ואביון") ווערט נמשך דער יו"ד, מלמעלה מעלה (ווי דער צ"צ איז עס מבאר26) — ע"ד "שמח נפש עבדך", פריצת גדר (נחלה בלי מצרים), וואָס ווערט נמשך אויך צו דעם "עני ואביון".
כגביז אַז נשמת יעקב ("ישראל סבא") "כלולה מכל הנשמות שבישראל מעולם ועד עולם", כמבואר באגה"ק פון דעם אַלטן רבי'ן27.
כדו. וואָס דעריבער איז אַ דבר המתאים — אַז שטייענדיק איצטער בתוך השלשים יום קודם חג הפסח (און בסמיכות צו פסח), ווען מ'האָט דעם חיוב פון געבן "מעות חטים" צו עניים,
כהאון אין די שלשים יום גופא — "ביום עשתי עשר יום נשיא לבני אשר", וואָס "הוא יתן מעדני מלך", און אין אַ יאָר ווען מ'הויבט אָן זאָגן דעם קאַפיטל "עני ואביון אני גו' שמח נפש עבדך",
כואון אין דעם טאָג גופא — גלייך ווי מ'טרעפט זיך צוזאַמען בתחלת היום, ד. ה. גלייך נאָך תפלת ערבית (רשות), ווען עס הויבט זיך אָן דער "ויהי ערב", וואָס דאָס איז די התחלה28 (און דאָס איילט) צו דעם "ויהי בוקר", ביז אַז עס ווערט אַ "יום אחד"29 (מיט אַלע פירושים שבדבר) —
כזזאָל מען געבן יעדערן אַ דאָלאַר, כדי מ'זאָל דאָס אָפּגעבן צו אַן "עני ואביון" בכדי אַז באַ דעם "עני ואביון" זאָל קענען זיין "נאכל על השובע" בכל הפרטים, און דורך דעם וועט ביי אים אויך זיין שמחה, "שמח נפש עבדך".
כחאון אפילו אויב מ'האָט שוין יענעם פאַרזאָרגט — און זיכער האָט מען אים פאַרזאָרגט — אַז ביי אים זאָל זיין "שובע" אין אַלע פרטים, איז אין "שובע" קיין שיעור ניטאָ30, ס'קען אַלעמאָל זיין מערער און מערער, ובפרט ווען עס רעדט זיך וועגן דער געוויינהייט פון אַ אידן, אַ בן מלך, ובפרט אַ בן פון מלך מלכי המלכים הקב"ה.
כטאון וויבאַלד אַז אַלע אידן זיינען מחוייב אין די מצוות פון פסח31, כולל אויך די הכרזה פון "כל דכפין ייתי וייכול כל דצריך ייתי ויפסח" — איז דער ענין (פון געבן אַ דאָלאַר על מנת אַז מ'זאָל דאָס אָפּגעבן אַן "עני ואביון") שייך צו אַלע אידן, אנשים, נשים, ביז אויך תינוקות,
לואדרבה — תינוקות האָבן אַ שייכות מיוחדת מיט דעם "סדר של פסח"32 און פסח בכלל — כמבואר בכ"מ33 אַז באַ יציאת מצרים זיינען אידן געשטאַנען אין אַ דרגא פון "נער", ווי אַ קטן, און צוליב דעם איז געווען יציאת מצרים — מצד דער אהבה עצמית פון דעם אויבערשטן (מלך מלכי המלכים הקב"ה) צו אידן ווי זיי זיינען בבחי' "נער" — "נער ישראל (און דערפאַר) ואוהבהו"34,
לאבדוגמא ווי די אהבה גדולה ואהבה עצמית וואָס מ'האָט דוקא צו אַ "נער" כפשוטו, תינוקות בשנים35 — וכידוע די שיחה (מאמר) בזה פון דעם רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע [וואָס איז געזאָגט געוואָרן בשמחת תורה]36.
לבז. ויה"ר אַז כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות37 בגאולה זו (העתידה לבוא), און פּונקט ווי דער אויבערשטער האָט דעמולט אַרויסגענומען אַלע אידן פון מצרים (מצד זיין אהבה עצמית צו אידן), וועט ער אויך אַרויסנעמען אַלע אידן פון דעם גלות, "ובני ישראל יוצאים ביד רמה"38,
לגאון אין אַן אופן פון זריזות, חפזון39 — לא עכבם אפילו כהרף עין40.
לדובפרט אַז אידן טוען זייער עבודה איצטער (אין די לעצטע טעג פון גלות)41 אין אַן אופן פון זריזות וחפזון בכל עניני קדושה (וואָס זיינען אַלע אויך ענינים של שמחה42), ביז אין אַן אופן פון לא עכבם אפילו כהרף עין,
להכולל אין דעם ענין הנ"ל, אַז גלייך באַ דער התחלה פון "ביום עשתי עשר יום" (גלייך נאָך תפלת ערבית, שתיקן יעקב) באופן פון "לא עכבם" — גיט מען יעדער אידן, מאַן, פרוי און קינד, אַ דאָלאַר אויף אַריינברענגען "שובע" און שמחה צו אַן "עני ואביון" (כנ"ל).
לווואָס דאָס וועט נאָכמער צואיילן די זריזות וחפזון פון דער גאולה העתידה, ובאופן פון פריצת גדר הזמן (וויבאַלד אַז דאָס קומט דורך דער עבודה פון "שמח"), און "נחלה בלי מצרים", נחלת יעקב (שתיקן תפלת ערבית רשות),
לזצוזאַמען מיטן בנין בית המקדש השלישי, וואָס ווערט אָנגערופן "בית"43 (ווייל ער וועט זיין אַ בית נצחי44), כנגד יעקב [דער "בחיר שבאבות"45], כמאחז"ל46 "לא כאברהם שכתוב בו הר כו' ולא כיצחק שכתוב בו שדה כו', אלא כיעקב שקראו בית".
לחומעין זה — האָבן אידן נאָך אין די לעצטע רגעים פון גלות, כימי צאתך מארץ מצרים ווען "ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם" נאָך זייענדיק אין גלות47,
לטאון אין אַן אופן פון שמחה וטוב לבב, צוזאַמען מיט בני חיי ומזוני רויחי, רויחי48 וואָס איז כולל אויך דעם ענין התענוג,
מאון תענוג וכל ענינים אלו — בפשטות ובפשיטות למטה מעשרה טפחים, אַלס נשמות בגופים בזמן הגלות.
מאאון דערנאָך גלייך גיין טאַנצנדיק צו די הכנות פון חג הפסח כשר ושמח49,
מבאון צו "זמן חירותנו" — די גאולה האמיתית והשלימה — וואָס קומט נאָך פאַר פסח, ובמילא קומט דערנאָך צו אין דער חירות באופן פון הלך והוסיף ואור, ביז חירות דחה"פ,
מגומתוך שמחה וטוב לבב, און אויך אין דעם — הלך והוסיף ואור.
מד[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן לכל אחד ואחת — אנשים נשים וטף — שטר של דולר ע"מ לתת אותו (או חילופו) לצדקה].
מהברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
מולאנ"ש שיחיו שברכו אותו, אור ליום ג' פ' שמיני,
מזי"א ניסן ה'תשמ"ח
מחלפני תפלת ערבית
מטעס זאָל מקויים ווערן באַ יעדערן, בתוך כלל ישראל, הבטחתו של הקב"ה אַז "כל המברך מתברך"1 בברכתו של הקב"ה, וואָס "תוספתו מרובה על העיקר"2, און — "מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה"3, לכל אחד ואחת, בתוך כלל ישראל, בכל המצטרך לו,
נביז אין דעם ענין העיקרי (ווי דערמאָנט4) — די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
נאובפרט אַז דאָס (די גאולה) איז אַן ענין שהזמן גרמא,
נבסיי מצד החודש, חודש ניסן — כהבטחת תורת אמת ותורת חיים, אַז "בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל"5;
נגסיי מצד השבוע — יום שלישי שהוכפל בו כי טוב6, וואָס די גאולה איז שלימות הטוב, ביז טוב כפול, טוב לשמים וטוב לבריות7, ווי זיי שטייען פאַראיינציקט אין אַ מציאות אחת (בכל רגע פון יום השלישי);
נדאון סיי מצד השנה — שנת תש מח און ת ש?מ?ח, און אויך אַ שנת הקהל, "הקהל את העם האנשים והנשים והטף"8, וואָס שלימות השמחה און שלימות פון הקהל וועט זיין בגאולה העתידה — "שמחת עולם על ראשם"9, און "קהל גדול ישובו הנה"10.
נהוואָס די קביעות מאַכט דער זמן נאָכמער מוכשר אויף דער גאולה האמיתית והשלימה, און אַלע אידן גיין, "קהל גדול ישובו הנה", לארצנו הקדושה, און מ'גייט בזריזות — "לא עכבן אפילו כהרף אין"11, "עם ענני שמיא"12.
נואון מ'האָט שלימות הארץ, צוזאַמען מיט "ירחיב ה' אלקיך את גבולך"13 — אַלע עשר ארצות ואומות (נוסף אויף די שבע, אויך די שלשה ארצות קיני קניזי וקדמוני),
נזצוזאַמען מיט שלימות עם ישראל, "קהל גדול" פון "האנשים והנשים והטף" (כנ"ל), און אין יעדער סוג באַזונדער — שלימות פון יעדער פרט און פרט שבפרט, אין פרטי פרטים, ולאידך: יעדערער14 אַלס פרט (בלייבנדיק אַ באַזונדער מציאות) ווערט אַ חלק פון דעם "קהל גדול", ביז נאָכמער — ווי דער בעש"ט15 זאָגט אַז העצם כשאתה תופס במקצתו אתה תופס בכולו16.
נחאון די שלימות (פון עם ישראל) פועל'ט אויך אין דער גאַנצער וועלט, וואָס אויך זי באַשטייט פון התחלקות, "מה רבו מעשיך"17, "מה גדלו מעשיך"18, ביז אַ התחלקות עד אין סוף19 — ווערט ביחד עם זה נתגלה לעין כל אַז די וועלט (און אַלע אירע פרטים) איז אַ רשות היחיד ליחידו של עולם, ובאופן פון "ולא יכנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריך"20, וכמבואר בספר תניא קדישא21.
נטועוד והוא העיקר — ולא עכבן אפילו כהרף עין, תיכף ומיד ממש ממש.
ס[א' מרבני אנ"ש ברך את כ"ק אדמו"ר שליט"א בברכת כהנים, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:]
סאולאחרי תחיית המתים, ווען עס וועט זיין "משה ואהרן עמהם"22, וועט יעדער איד און אַלע אידן — אַלס חלק פון דעם עצם פון אַ קהל גדול — הערן די אַלע ענינים וברכות — אַ ברכה גדולה23 — פון אהרן כהן גדול, בבית המקדש השלישי — אַ בית גדול24.
סבברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו
סגמוצאי שבת קודש, אור לי"א ניסן ה'תשמ"ט,
סדלאחרי תפלת ערבית והבדלה
סהצום אַלעם ערשטן — כל המברך מתברך1 בברכתו של הקב"ה, וואָס "תוספתו מרובה על העיקר"2, ולמטה מעשרה טפחים, ותיכף ומיד — מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה3.
סואון עס זאָל מקויים ווערן באַ יעדער איד און ביי אַלע אידן, בתוך כלל ישראל, דער "שיר מזמור לבני קרח למנצח" (דער קאַפּיטל תהלים פ"ח המתאים לשנה זו4) — ווי גערעדט בארוכה פריער5: באַ יעדער איד ובכל עניניו, גשמיים און רוחניים — זאָל זיין "שיר מזמור", שיר בפה — וואָס איז כולל כל עניני הנשמה (ועל ידי הנשמה), און מזמור בכלי — וואָס איז כולל כל עניני הגוף (ועל ידי הגוף)6, ביז אויך חלקו בעולם — כל הנכסים של האדם7 (וואָס זיי זיינען בדוגמא צו אַ כלי וועלכע אַ איד נוצט צוליב דעם אויבערשטן),
סזאון ביידע אופני עבודה ("שיר מזמור") זיינען "לבני קרח" — אין זיי ווערט אויפגעטאָן דער עילוי פון תשובה8, ביז תשובה עילאה, וואָס איז בשמחה רבה9,
סחביז אויפטאָן דעם ענין פון "למנצח" — אַז ס'זאָל זיין אַ נצחון10 גמור פון יעדער איד, און פון אַלע אידן, און פון אַלע אידן צוזאַמען — דער נצחון פון אויספירן וואָס דער אויבערשטער וויל, און וואָס יעדער איד וויל11, און וואָס אַלע אידן ווילן,
סטביז דעם ענין הכי עיקרי — אַז תיכף ומיד ממש, ולא עכבן אפילו כהרף עין12, זאָל קומען די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, דוד מלכא משיחא.
עובפרט אַז איצטער איז מוצאי שבת קודש, זמן פון סעודתא דדוד מלכא
עאמשיחא13 (וואָס קומט נאָך דעם זמן פון רעוא דרעוין בשבת14),
עבאון במיוחד — מוצאי פון שבת הגדול עשירי בניסן, ווען ס'איז געווען דער "משכו וקחו לכם"15,
עגאון מ'גייט דערפון גלייך אַריין אין דעם יום ראשון, און "ביום עשתי עשר יום"16 בניסן, וואָס דעמולט ווערט אויפגעטאָן בדוגמא פון "אותו17 יום נטל עשר עטרות"18 בראש חודש ניסן (וועלכער איז דאַמאָלס אויך געווען ביום ראשון), און דערצו (ביום עשתי עשר — אחד עשר19 בניסן20) — עטרה על גבי (עשר עטרות) עטרה21 ועל העטרות, נוסף צו דעם וואָס ער איז אַ המשך צו אַלע עשר עטרות,
עדאון די ימים שלימים (פון חודש ניסן), און נאָכמער — שלימות העכער פון שלי-מות (עטרה על גבי עטרה)22 — ווערן די הכנה קרובה ומתאימה ובתכלית השלימות (און שלימות על גבי שלימות) צו דער גאולה האמיתית והשלימה, און מ'גרייט זיך שוין גלייך איצטער צו "ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים"23, און דערנאָך בעתו ובזמנו — "ונאכל שם" בפועל, בבית המקדש השלישי, מקדש אד' כוננו ידיך24.
עהאמן כן יהי רצון25.
עו[לאחרי שא' מהרבנים בירך כ"ק אדמו"ר שליט"א בברכת כהנים — אמר: עס זאָל זיין אַ פריילעכע וואָך26].