Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 37·Additions - Sichos·The Rebbe's Blessing to Chassidimלקוטי שיחות·כרך לז·הוספות - שיחות·בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו

אבס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו
לאחרי תפלת ערבית
בא. כשם ווי אין תורה איז דער סדר אַז "במה שסיים כו' פתח להם כו'"1 — אַזוי דאַרף אויך זיין באַ אידן, אַז "במה שסיים" ווערט דערנאָך דער המשך און התחלת ופתיחת הענין שלאחרי זה באופן של פעולה נמשכת (ביז — על כל השנים כולם)2.
גאַזוי ווי מ'האָט איצטער מסיים גע­ווען3 מיט "ואני אברכם"4 — איז "פתח להם" אויך מיט דעם ענין:
ד"ואני אברכם": דער אויבערשטער זאָגט אין תורה (ואין מקרא יוצא מידי פשוטו5), אַז ער אַליין וועט בענטשן את כל המברכים6, ובברכתו של הקב"ה — מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה7, אָן קיין מדידה והגבלה במקום ובזמן, במילא קומט עס אָן תיכף ומיד ממש8, און צוזאַמען דערמיט איז "ואני אברכם" — ווי דאָס איז למעלה ממדידה והגבלה (פון "אני", דער אויבערשטער אַליין) ווערט עס נמשך (ברכה מלשון המשכה9) צו אידן למטה, און באופן פון "אברכם" (סתם, בלי פרטים) וואָס איז — אַלע ברכות, צו יעדער אידן און צו אַלע אידן10, סיי בענינים כלליים סיי בענינים פרטיים, ביז פרטי פרטים.
הדאָס הייסט אַז "ואני אברכם" איז כולל צוויי ענינים, צוויי קצוות: פון "אני" (דער אויבערשטער אַליין) שלמעלה מכל מדידה והגבלה, ווערט "אברכם", ברכה והמשכה צו אידן למטה.
ווואָס אין יעדער ברכה והמשכה פאָ­דערן זיך צוויי ענינים: די ברכה זאָל קומען פון אַן אָרט וואָס איז העכער פאַר די הגבלות פון דעם מתברך מצ"ע (וואָס דערפאַר דאַרף ער אָנקומען צו דער ברכה), און צוזאַמען דערמיט זאָל עס נמשך ווערן אין דעם מתברך בפנימיותו, לפי ענינו וההצטרכות שלו.
זב. די ברכה פון דעם אויבערשטן ("ואני אברכם") — און אין ביידע ענינים: (א) אַ ברכה שלמעלה ממדידה והגבלה, (ב) וועלכע ווערט נמשך צו יעדער איד למטה — איז ספּעציעל אונטערשטראָכן אין תפלת וברכת משה אין דער התחלה פון מזמור צדי"ק אין תהלים11 — דער ערשטער פון די "אחד עשר12 מזמורים" וואָס משה האָט געזאָגט13 — וועלכער הויבט זיך אָן: "תפלה למשה איש ה­אלקים", און ענדיקט זיך (מיט תפלת משה) "ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה עלינו ומעשה ידינו כוננהו":
חזייענדיק אַ תפלה (תפלה למשה) — און אויך אַ ברכה14 — פון "משה איש ה­אלקים", איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס האָט אין זיך דעם כח פון (אַ ברכה פון) "אלקים"15, ע"ד (כביכול) "ואני (הקב"ה עצמו) אברכם",
טוכמודגש אין תוכן התפלה והברכה, ובסיומה16 — "ויהי נועם ה' אלקינו עלינו", אַז "עלינו" — יעדער איד און אַלע אידן — זאָל זיין דער גילוי פון "נועם ה' אלקינו", וואָס "נועם"17 (נועם עילאה) איז די דרגא פון עתיק, און פנימיות עתיק, ביז — עצמותו ית'18 ("אני", "אני אברכם"19), און דאָס זאָל נמשך ווערן אין "מעון" (אותיות נועם20), מלכות, ביז אין "מעשה ידינו", און דער כח אויף דעם קומט פון "תפלה למשה איש האלקים", תפלת עשיר21, וועלכע דערלאַנגט אין עצמותו ית'22, און דעריבער איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז אַ ברכה שלמעלה מכל מדידה והגבלה במקום וזמן, וויבאַלד אַז דאָס קומט פון "משה איש האלקים" ובאופן פון "נועם ה' אלקינו עלינו".
יאון ווי פאַרשטאַנדיק דערפון וואָס מיט דער ברכה האָט משה געבענטשט אידן אַז עס זאָל זיין די השראת השכינה אין משכן — "יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם, ויהי נועם ה' אלקינו עלי­נו גו'"23, און אין אופן פון "כוננה עלינו גו'", באַפעסטיקט אויף אַ יסודות'דיקן אופן — מיט אַ קביעות, לעד ולנצח נצ­חים (כמובן פון דעם פירוש אין תניא אין "שכינתא שריא", אַז דאָס איז בקביעות24 ונצחיות25), און "ושכנתי (בקביעות) בתו­כם"26, בתוך כל אחד ואחד מישראל27.
יא[ויש לומר אַז דער כח לזה קומט דערפון וואָס די ברכה איז פון "משה איש האלקים", וואָס דוקא פון דעם אויב­ערשטן קומט דער כח צו אויפטאָן השראת השכינה באופן של קביעות ונצחיות].
יבעפ"ז קומט אויס אַז אין "תפלה למשה גו'" איז מודגש די צוויי ענינים הנ"ל (אין "ואני אברכם") וואָס פאָדערן זיך אין אַ ברכה: צוזאַמען דערמיט וואָס "תפלה ל­משה איש האלקים" איז אַ ברכה שלמעלה מכל מדידה והגבלה — איז זי אַ ברכה וועלכע ווערט נמשך פון משה צו יעדער איד, און אַ ברכה כללית — די ברכה אַז "תשרה שכינה במעשה ידיכם"28.
יגג. ויש לומר נאָכמער: דער כח ואופן ווי די ברכות של הקב"ה ווערן נמשך צו אידן למטה איז דורך משה רבינו — דער רועה נאמן פון אַלע אידן29 (בכל הדו­רות30), דורך וועמען עס ווערן נמשך אַלע השפעות צו אידן, און ער איז דער ממוצע המחבר "בין ה' וביניכם"31 — וואָס (זייענדיק אַ ממוצע) האָט ער אין זיך פון ביידע ענינים וועלכע ער איז מחבר32,
ידווי חז"ל זאָגן33 אויף "איש האלקים" — "מחציו ולמטה איש מחציו ולמעלה ה­אלקים". משה האָט אין זיך ביידע ענינים — סיי ווי ער איז בדוגמא שלמעלה ("מחציו ולמעלה האלקים"), און סיי ווי ער איז בדוגמא צו אידן למטה ("מחציו ולמטה איש"), און האָבנדיק די ביידע ענינים האָט משה דעם כח פון "תפלה למשה" — צו אַראָפּברענגען די ברכות של הקב"ה ווי זיי זיינען למעלה ממדידה והגבלה ("ואני אברכם")34 צו אידן ווי זיי זיינען נשמות בגופים למטה (בבחי' "איש").
טו[ובפרטיות יותר — י"ל אַז דאָס איז דער חילוק צווישן "משה" און "איש האלקים": "איש האלקים" באַווייזט אויף דעם חיבור פון בחי' איש מיט שם אלקים (בגימטריא הטבע35), אלקות שבערך הבריאה (והאיש הנברא), וועלכע איז באַ­שאַפן געוואָרן בשם אלקים (בראשית ברא אלקים גו'36). משא"כ "משה" איז פאַרבונדן מיט שם מ"ה37, שם הוי'38, שלמעלה מהבריאה].
טזלויט דעם קומט אויס אַז דער מזמור "תפלה למשה" — נוסף לזה וואָס דאָס גייט אויף דער תפלה פון משה אויף אידן (און ברכת משה צו אידן) — איז אַן ענין כללי ביותר: תפלת וברכת הנשיא — משה, וועלכער איז כולל כל התפלות והברכות כולם; דורך "תפלה למשה", נשיא ישראל, וואָס הנשיא הוא הכל39, ווערן נמשך אַלע ברכות פון דעם אויבערשטן למטה, בכל הפרטים ופרטי פרטים.
יזד. נאָכמער: בכדי אַז ביי אידן זאָל נקלט ווערן בפנימיות די ברכות של הקב"ה (שלמעלה ממדידה והגבלה), איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך באַ זיי דאַרף זיין מעין פון די ביידע ענינים הנ"ל (פון "איש" און פון "האלקים"),
יחויש לומר, ע"פ הידוע40 אַז יעדער איד האָט אין זיך בחי' משה שבו, כמובן פון דברי הגמרא41 עה"פ42 "ועתה ישראל מה ה' אלקיך שואל מעמך כי אם ליראה את ה' אלקיך", "אטו יראה מילתא זוטרתי היא? אין, לגבי משה מילתא זוטרתי", און וויבאַלד אַז "כל נפש ונפש מבית ישראל יש בה מבחי' משרע"ה", דעריבער, כשם ווי די ענינים זיינען געווען באַ משה'ן, אַז ביי אים איז דאָס "זוטרתי", אַזוי ווערט עס "זוטרתי" באַ יעדער איד (אנשים נשים וטף עד סוף כל הדורות), ביז אַז דאָס פועל'ט אויף אים אין זיין עבודה בפועל כהמשך הכתוב ("ועתה ישראל גו'") "ללכת בכל דרכיו ולאהבה אותו ולעבוד את ה"א גו' לשמור את מצות ה' גו'"43.
יטדערפון איז מובן, אַז ע"ד ווי באַ משה'ן זיינען פאַראַן ביידע ענינים פון "איש" און "האלקים" (וואָס ע"י זה איז ער דער ממוצע המחבר צווישן די ברכות שלמעלה און אידן למטה), איז "אפס קצהו ושמץ מנהו"44 דאָ באַ יעדער איד (כדלקמן), וואָס דאָס גיט אים דעם כח צו אויפנעמען די ברכות בשלימות.
כעפ"ז איז נאָכמער פאַרשטאַנדיק, ווי דער מזמור צדי"ק "תפלה למשה" איז כולל כל הברכות כולם — וואָרום נוסף לזה וואָס דורך "תפלה למשה" ווערן נמשך אַלע ברכות צו אידן למטה, איז דאָ בחי' משה בכל א' מישראל, און במילא איז (תפלת) משה כולל אַלע אידן, און דער תוכן המזמור דריקט אויס און שפּי­גלט אָפּ (דעם תוכן און עבודה פון) אידן עצמם אין אַלע זייערע ענינים (וואָרום משה איז רעיא מהימנא פון אַלע אידן (כנ"ל), ביז אַז בחי' משה איז דאָ אין יעדער איד), ביז — אַז "תפלה למשה" פועל'ט אויף אים אין זיין עבודה בפועל (כנ"ל), משה גיט דעם כח אַז אַלע ענינים פון דעם מזמור, אָנהויבנדיק פון דעם עצם ענין פון "תפלה למשה איש האלקים", זאָלן נמשך ווערן צו יעדער איד.
כאה. וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם ביאור אין דעם כפל הלשון (וענין) במזמור צדי"ק — אַ כפל הן אין דעם מברך (בתחלת המזמור): "(תפלה ל)משה" און "איש האלקים", און הן אין דער ברכה עצמה (בסיום המזמור): "ומעשה ידינו כוננה עלינו" און "ומעשה ידינו כונ­נהו"45:
כבמעין דעם ענין פון "איש האלקים", "מחציו ולמטה איש מחציו ולמעלה ה­אלקים" (וואָס שטייט אויף משה'ן) — איז דאָ באַ יעדער איד, בבחי' משה שבו.
כגובכללות — אַז יעדער איד טיילט זיך אין צוויי חלקים: אַ נשמה און אַ גוף, וואָס זיין נשמה איז אַ "חלק אלוקה ממעל ממש"46, ע"ד "האלקים"; און זיין גוף איז פאַרבונדן מיט בחי' "איש", אַ יש ונברא.
כדובפרטיות יותר — איז דאָס דער חילוק צווישן "משה" און "איש האלקים" (כנ"ל ס"ג): "איש האלקים" באַווייזט אויף דעם חיבור פון בחי' איש (דער גוף) מיט שם אלקים (בגימטריא הטבע). משא"כ "משה" איז פאַרבונדן מיט שם מה — הוי'.
כהוואָס די צוויי ענינים זיינען פאַראַן באַ יעדער איד (בבחי' משה שבו): די צוויי דרגות אין זיין נשמה — בחי' ישראל שבה47, וואָס איז פאַרבונדן מיט שם הוי'48 ("חלק הוי' עמו"49), און בחי' יעקב שבה47, פאַרבונדן מיט שם אלקים48 (יעקב איז י' עקב50, ווי דער יו"ד פון שם הוי'51 קומט אַראָפּ בבחי' עקב52, וידו (אותיות יו"ד53) אוחזת בעקב עשו54). און דערפון קומט אַרויס דער חילוק צווישן דער נשמה (משם הוי'55) און גוף (משם אלקים56), ביז אַז דערפון ווערט נשתלשל כו' למטה דער חילוק צווישן "מחציו ולמטה איש" און "מחציו ולמעלה האלקים".
כוכשם ווי אין אַ אידן זיינען פאַראַן די צוויי ענינים פון "משה" און "איש ה­אלקים" — אַזוי איז אויך אין זיין עבודה, אין "מעשה ידינו", וכמודגש אין דעם כפל פון "מעשה ידינו" בסיום המזמור ("ומעשה ידינו כוננה עלינו ומעשה ידינו כוננהו") — די עבודה אין עניני קדושה — "מחציו ולמעלה"; און עבודה בעניני רשות וחול (עניני העולם) — "מחציו ולמטה". ובכללות — די עבודה עם עצמו ("מחציו ולמעלה"), און די עבודה בבירור העולם ("מחציו ולמטה").
כזויש לומר, אַז דער כח צו קענען אויפ­טאָן (ברכה והמשכה) אין ביידע אופני עבודה — קומט פון משה רבינו, בחי' משה שבכל א': דורך דעם וואָס אַ איד האָט אין זיך (בחי' משה, וואָס איז כלול פון) ביידע ענינים פון "משה" און "איש האלקים" (אַ נשמה וגוף), גיט עס אים דעם כח צו טאָן בשלימות — באופן פון "כוננהו" — ביידע אופני עבודה, סיי די עבודה אין עניני קדושה, און סיי די עבודה אין בירור העולם (בבחי' חולין שנעשה על טהרת הקודש57).
כחו. אַ דוגמא לזה — געפינט מען אין דעם ענין פון שבת58:
כטעה"פ "מזמור שיר ליום השבת"59 (ב­המשך הי"א מזמורים שאמר משה) זאָגן חז"ל60 "עיסקא דשבתא כפול". איז מבואר בכ"מ61 אַז דער כפל (פון עיסקא דשבתא) איז כנגד די צוויי דרגות פון מעלי שבתא ויומא שבתא, מנוחה בערך היגיעה און מנוחה בעצם, ע"ד דער חילוק צווישן שם אלקים (אלקות בערך הבריאה), און שם הוי' (אלקות שלמעלה מהבריאה).
לועפ"ז י"ל אַז דאָס איז דער כפל בסיום המזמור: ביום השבת, ווען ס'איז דאָ דער "ויהי נועם ה' אלקינו עלינו", ווערט אַ שלימות כפולה [בדוגמת השלי­מות וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך "תפלה למשה", וואָס איז פאַרבונדן מיט שבת]: "ומעשה ידינו כוננה עלינו" — די שלי­מות פון מנוחה בעצם, און "ומעשה ידינו כוננהו" — די שלימות אויך פון מנוחה בערך היגיעה בימי החול ("ויכולו השמים והארץ וכל צבאם"62) [נוסף אויף דעם וואָס פון שבת מיני' מתברכין כולהו יומין63 אויך אויף דער עבודה בימי החול שלאחרי זה]. ובכללות יותר: כוננהו אין "מעשה ידינו" פון ימי החול, "ומעשה ידינו כוננה עלינו" ביום השבת, ווען "כל מלאכתך עשוי'"64.
לאז. ולהוסיף, אַז דאָס איז אויך מרומז אין דעם כפל פון "מזמור שיר (ליום ה­שבת)", "מזמור כפול"60:
לבדער חילוק צווישן "מזמור" און "שיר" איז, אַז מזמור איז בכלי און שיר איז בפה65. ובעבודה רוחנית: שיר בפה באַ­ווייזט אויף דער דרגא פון אור (המש­פיע), און מזמור בכלי — איז די כלי (המקבל). וע"ד דער חילוק צווישן אור הנשמה (משם הוי', "משה") און דער כלי הגוף (משם אלקים, "איש האלקים")66.
לגואע"פ וואָס אויך די כלי און גוף איז "איש האלקים", וועלכער איז אַ שם קדוש67 של הקב"ה68 — איז דאָס אָבער (כמגן) בהעלם, וואָרום די כוונה איז אַז אַ איד זאָל דאָס מגלה זיין דורך זיין עבודה ("מעשה ידינו", ניט נהמא דכסופא69 ח"ו) פון גילוי אור הנשמה בהגוף70, אַז די נשמה שלו זאָל פועל'ן און איבערמאַכן דעם גוף, ביז מגלה זיין ווי דער גוף איז אַ כלי צו דעם אור הנשמה, "חלק אלוקה ממעל ממש", משם הוי', און אויך מגלה זיין די מעלה אין דעם גוף (משם אלקים) עצמו.
לדאון דורך דעם — האָט מען אויך דעם כח אויף דער עבודה צו אויפטאָן אין עולם (שנברא בשם אלקים), און מגלה זיין ווי עולם איז אַ כלי צו אלקות, דורכדעם וואָס ער מאַכט פון אַלע עניני העולם אַ כלי צו אויספירן שליחותו בעולם בקיום התומ"צ, דער גילוי השכי­נה "במעשה ידיכם" באופן של קביעות ונצחיות, ביז אַז עס ווערט אַ דירה לו (לו לעצמותו71) יתברך בתחתונים72, בתחתון שאין תחתון למטה ממנו73.
להאון דער כח לזה קומט, כאמור לעיל, פון "תפלה למשה איש האלקים", פון משה רבינו, און פון משה שבכל א' מישראל, וואָס ער האָט אין זיך ביידע ענינים פון "משה" און "איש האלקים", און ער איז מברך וממשיך כחות (באופן של קליטה בפנימיות כנ"ל) אין דער עבודה פון "מעשה ידינו" אין ביידע ענינים — אין גילוי אור הנשמה אור הקדושה, און אין דער עבודה מיטן כלי הגוף און בירור עניני העולם, אַז ביידע זאָלן זיין "כוננהו", באַפעסטיקט אויף אַ יסודות'דיקן אופן — דער גילוי פון "יסוד היסודות ועמוד החכמות"74 ר"ת הוי'75 (שלמעלה משם אלקים) אין מציאות העולם, אַז מ'ווייסט און מ'זעט ווי "כל הנמצאים משמים וארץ ומה שביניהם לא נמצאו אלא מאמיתת המצאו"74, "והוי'*75 אלקים אמת", "הוא לבדו האמת כו'" [ע"ד "ואמת76 הוי' לעולם"], "המצוי הזה הוא אלקי העולם אדון כל הארץ"*76, ביז באופן אַז "מלאה77 הארץ דיעה את הוי' כמים לים מכסים"78.
לוח. דער ענין הנ"ל פון "תפלה למשה" שטייט נאָכמער בהדגשה ובגילוי בדורנו זה — ווען מ'האָט דעם כח פון די תפלות וברכות און עבודה פון רבותינו נשיאינו, אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא79, ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, אתפשטותא דמשה שבדורנו,
לזובפרט ווען מ'שטייט לאחרי ארבעים שנה מהסתלקות­הילולא שלו (בשנת תש"י), ווען "נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע"80, קאי איניש אדעתא דרבי'81,
לחוואָס ער גיט דעם כח צו בחי' משה אין יעדער איד בדורנו — ובפרט דורך דעם גילוי פון פנימיות התורה — צו מגלה זיין ווי ער איז "משה איש האלקים", און ווי "ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה עלינו ומעשה ידינו כוננהו", דער גילוי בחי' נועם (פנימיות עתיק), דורך לימוד התורה, ובפרט פנימיות התורה, און די עבודה פון הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה, באופן אַז דאָס טוט אויף "כוננהו" אין "מעשה ידינו", אין אַלע דרגות שבזה,
לטאָנהויבנדיק פון דער עבודה מיט זיך אַליין — דורך דעם וואָס יעדער איד איז מגלה (בכח פון נשיא דורנו) ווי ער איז שלוחו של הקב"ה, ושלוחו של אדם (העליון82) כמותו83 ("משה איש האלקים"), וואָס דאָס ווערט דורך דעם וואָס אַ איד — אַלס שלוחו של הקב"ה — נוצט אויס זיינע כחות אויף עבודת ה', אַזוי אַז די כחות זיינען נאָר ווי אַ כלי, אַ "שליח", אויף אויספירן שליחותו ורצונו של הקב"ה, בלימוד התורה, נגלה דתורה ופנימיות התורה [כולל ובמיוחד הלכות שבתורה (בחי' הוי'84 שבתורה)85, ווי ספר הרמב"ם86 וכיו"ב], וקיום המצוות בהי­דור,
מאון אַזוי טוט ער אויף אויך אין עולם, אַז כל עניני העולם ווערן אַ כלי אויף אויספירן שליחותו של הקב"ה;
מאאון דורך דעם וואָס דער שליח טוט זיין עבודה בשלימות בצירוף זיינע עשר כחות — ווערט דאָס משיח87 (בגימטריא שליח בצירוף עשר88), ביז דער גילוי פון משיח בפועל, ווען עס וועט זיין דער שלימות הגילוי "ויהי נועם ה' אלקינו עלינו גו'".
מבט. אין דעם אַלעם קומט צו נאָכמער הדגשה בשנה זו, ה'תשנ"א, ר"ת הי' תהא שנת נפלאות אראנו:
מגדער שרש פון הנהגה נסית קומט פון שם הוי', שלמעלה פון הנהגה טבעית וואָס קומט פון שם אלקים (בגימטריא הטבע)89.
מדדער סדר הרגיל אין עולם איז די הנהגה טבעית. עס זיינען אָבער דאָ זמנים ווען דער אויבערשטער מאַכט נסים, מ­לשון "ארים90 נסי"91 "כמו הנס על ה­הרים"92, וועלכער הויבט אויף און איז מגלה אלקות וואָס איז העכער פאַר דער בריאה, און הויבט אויך אויף און איז מגלה די פנימיות פון דער הנהגה טבעית (אז דאָס קומט פון דעם אויבערשטן, שם אלקים)93.
מהווי דאָס איז געווען אין שנה שעברה, ה'תש"נ, ר"ת הי' תהא שנת נסים — כמדובר כמ"פ94, וועגן די נסים וואָס מ'האָט דעמולט געזען.
מודערנאָך איז דאָ אַ חידוש נעלה יותר — "אראנו נפלאות", ווי עס שטייט בנוגע צו דער גאולה האמיתית והשלימה, אַז "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"95, נפלאות אפילו בערך צו די נסים פון יציאת מצרים96, ד.ה. אַז עס ווערט אַן עלי' אפילו אין דעם ענין פון "ארים נסי". ונוסף לזה — איז דאָס אין אַן אופן פון "אראנו נפלאות": די נפלאות זיינען בגלוי באופן אַז מ'קען זיי זעען בעיני בשר. און נאָכמער — "אראנו", דער אויבערשטער אַליין באַווייזט די נפלאות, איז פאַר­שטאַנדיק אַז דאָס איז למעלה מכל מדידה והגבלה, און — אַז אַלץ ווערט אַנטפּלעקט, עס ווערט געזען דער אמת און פנימיות פון דער הנהגה טבעית97, און דער גילוי פון די פולקאָמע הנהגה נסית, ביז — אויך דער גילוי פון דאָס וואָס איז אינגאַנצן "נפלא"98.
מזעפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז שטיי­ענדיק אין "שנת נפלאות אראנו" — שטייט בהדגשה יתירה די ברכה פון דעם אויבערשטן (וואָס ווערט נמשך דורך "תפלה למשה איש האלקים") אין אַלע ענינים, "ויהי נועם ה"א עלינו" — אַז עס ווערט "ומעשה ידינו כוננהו" סיי אין דער הנהגה טבעית (אלקים), אַז אין זיין "וואָכעדיקע"99 און טבעית'דיקע ענינים ווערט "כוננהו" (ביז באופן של נפלאות), און נאָכמער — "ומעשה ידינו כוננה עלינו" אפילו אין דער הנהגה נסית (הוי'), אַז אפילו אין זיין "שבת'דיקע" און למעלה­מדרך­הטבע'­דיקע הנהגה באַ­ווייזט דער אויבערשטער נסים גלויים — ווי ער האָט שוין אָנגעהויבן באַווייזן, און איז ממשיך באַווייזן ביתר שאת וביתר עוז, לכל אחד ואחת, אויך בחייו הפרטיים, און הויבט אויף אידן (און "מעשה ידינו") למעלה ממעמדם ומצבם אפילו כשהיו בשנת נסים (וואָס אויך דעמולט איז מען געווען אויפגעהויבן), און אין אַן אופן פון "(נפלאות) אראנו", אַז מ'זעט עס בגלוי, מראה באצבעו ואומר זה100.
מחולהוסיף: דער סדר האותיות פון מספר השנה איז (תש)נ"א, פריער נפלאות און דערנאָך אראנו. אָבער אידן האָבן (אויך) מוסיף ומשנה געווען דעם סדר, אַז מ'זאָל זאָגן "אראנו נפלאות" (כלשון הכ­תוב). ויש לומר דער חילוק: אין "נפלאות אראנו" איז דער עיקר הדגשה אויף די נפלאות, און די נפלאות — "אראנו", מ'זעט זיי באופן של ראי'.
מטאין "אראנו נפלאות" איז דער עיקר הדגשה אויף דעם "אראנו", ווי דער אויבערשטער אַליין באַווייזט באופן של ראי' — דער אמת ופנימיות פון יעדער זאַך, און בשעת דאָס איז אין אַן אופן פון "אראנו" (דורך דעם אויבערשטן אַליין) זעט מען (בדרך ממילא) ווי דאָס איז אַלץ — "נפלאות" (סיי די הנהגה טבעית, סיי די הנהגה נסית, סיי די מאורעות שבעבר און סיי די נפלאות וואָס וועלן זיין בעתיד).
נביז אַז עס ווערט "אראנו" — דער גילוי וראי' אין דעם אויבערשטן אַליין, כביכול — "והיו עיניך רואות את מוריך"101, ראי' בעיני בשר, ביז אַז דאָס נעמט דורך אויך די הנהגה טבעית וגשמיות פון אַ אידן102. און בשעת ס'איז דאָ דער "אראנו" אין ("ויהי נועם ה' אלקינו עלינו", ביז אין) דעם אויבערשטן אַליין, זעט מען ווי אַלץ (סיי טבע, סיי נס) איז "נפלאות" ("כוננהו") של הקב"ה.
נאי. אין שנת אראנו נפלאות גופא איז דאָס נאָכמער אונטערשטראָכן אין חודש ניסן, וואָס באַווייזט אויף "נסי נסים"103, נסים אפילו בערך צו נסים (ע"ד די נפלאות דלע"ל כנ"ל),
נבאון אין חודש ניסן עצמו — נאָך שבת הגדול, "שנעשה בו נס גדול"104 (גדלות אין נס עצמו), און שוין נאָך עשירי בניסן (ווען דער "נס גדול" האָט פּאַסירט בפועל, בשבת לפני פסח עשירי בניסן105),
נגאון מ'האַלט שוין אור ל"עשתי עשר יום"106 בחודש ניסן, דער "נשיא לבני אשר"106, וואָס זיין ענין איז — "והוא יתן מעדני מלך"107: יעדער איד ווערט גע­בענטשט — נאָך אין די לעצטע רגעים פון גלות — מיט "מעדני מלך", דער ענין ה­תענוג ("ויהי נועם"), און "מעדני מלך"108 דוקא — שלימות התענוג109, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, כולל — "מעדני מלך" אין עבודת ה', המשכת תענוג אויך אין דער סדר ושלימות העבודה פון מלך ר"ת "מוח לב כבד"110, מוח שליט על הלב111, און דערנאָך ווערט עס נמשך אין כבד (מקור הדם112, "הדם הוא הנפש"113), אַזוי אַז ס'איז דאָ שלימות ציור ומצב האדם — איז אויך אין דעם ווערט אַ תוספת ברכה, פון המשכת התענוג ("מעדני מלך").
נדאון עס ווערט נתגלה ווי יעדער איד איז אַ בן מלך114 (ביז אַ "מלך" עצמו115) — בנו של מלך מלכי המלכים הקב"ה, וכמ"ש116 "וכל בניך לימודי הוי'", וואָס דאָס גייט אויף יעדער איד (וועלכער איז נכלל אין "בניך") — וכמבואר הענין ד"כל בניך גו'" אין די דרושי חתונה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר117; און זייענדיק אַ "בן מלך" באַקומט ער "מעדני מלך" בשלי­מות, שלימות התענוג.
נהויש להוסיף ולקשר זה מיט דעם מאמר הידוע פון דעם בעש"ט118, אַז יעדער איד איז טייער באַ דעם אויבערשטן ווי אַ בן יחיד שנולד להורים זקנים לעת זקנותם — דלכאורה, איז ניט מובן דער משל פון "הורים זקנים לעת זקנותם" אויף דעם אויבערשטן, ובלשון חז"ל119: "מי איכא זיקנא קמי'"?!
נוויש לומר, ע"פ הידוע אַז "זקן" איז פאַרבונדן מיט (חכמה120, ביז מיט) עתיק (יומין)121, וואָרום עתיק איז לשון זקן (כמ"ש122 "ועתיק יומין יתיב גו'")123, פני­מיות הכתר, ביז מיט פנימיות עתיק, עצמות התענוג (בחי' אחד עשר, חד ולא בחושבן)124; וי"ל אַז דער משל הנ"ל (אַז אַ איד איז אַ בן יחיד שנולד להורים זקנים כו') איז מרמז ווי אַ איד איז פאַרבונדן מיט בחי' זקן (עתיק) שלמעלה, וואָס איז איין זאַך מיט עצמות ומהות125 — ישראל וקוב"ה כולא חד126. און דעריבער ווערט צו אים (דער בן מלך) אויך נמשך "מעדני מלך"127 — עצמות התענוג (עתיק).
נזובפרט דורך דעם וואָס אידן האָבן מוסיף געווען בלימוד התורה בכלל, כולל ובמיוחד — לימוד פנימיות התורה, וואָס דורך דעם ווערט די המשכת גילוי פון "עצמות עתיק"128 אין אידן.
נחאון זיכער וועט מען ווייטער מוסיף זיין אין לימוד התורה ובפרט פנימיות התורה — און אויך אין קיום המצות בהידור — באופן שלמעלה ממדידה והג­בלה, און אין דעם גופא — איז מען מוסיף מערער און מערער, "ילכו מחיל אל חיל"129, אַז ניט קוקנדיק אויף דער הנהגה ביז איצטער באופן פון "נס", און פון "ארים נסי", אויפגעהויבן לגבי זיין הנהגה נסית הרגילה שלפנ"ז, איז ער עולה העכער און נאָך העכער באופן פון "נפלאות" שבתורה ("גל עיני ואביטה נפלאות מתורתך"130), ביז "נפלאות אר­אנו", און נאָכמער — "אראנו נפלאות", אַז עס איז דאָ דער לימוד התורה באופן של ראי'131, ביז ראי' אין אלקות, אין דעם נותן התורה (והיו עיניך רואות את מוריך), און דאָס ברענגט דעם גילוי פון "נפלאות" אין תורה.
נטאון דורך דעם באַקומט מען מדה כנגד מדה132 וכמה פעמים ככה פון דעם אויבערשטן, אַז "אראנו נפלאות" כפשוטו — דער אויבערשטער אַליין באַווייזט אים, באופן פון מראה באצבעו ואומר זה: אָט האָסטו די נסים ונפלאות וואָס איך, דער אויבערשטער, האָט דיר געגעבן, ווי "הורים זקנים" גיבן צום "בן יחיד שנולד לעת זקנותם", מבחי' עתיקא קדישא,
סביז אַז דער אויבערשטער אַליין שטייט בהתגלות, און מיט וואָס איז ער "פאַרנומען" כביכול (אָדער אָן אַ כביכול) — מיט "אראנו", באַווייזן יעדער איד "נפלאות", אַז דאָס וואָס עס איז געשען מיט אים ביז איצטער איז אויך געווען "נפלאות", ועאכו"כ די נפלאות וואָס קו­מען דערנאָך (נאָך דעם "אראנו"),
סאביז — די נפלאות בגאולה האמיתית והשלימה, ובאופן פון "אראנו", און דער­נאָך — קומען נאָך העכערע "נפלאות", א.ז.וו. עד אין סוף.
סביא. בכל זה קומט צו דורך דעם וואָס מ'וועט איצטער מסיים זיין (כרגיל) מיט מאַכן יעדערן פון הנוכחים כאן (און דורך זיי — כלל ישראל) פאַר אַ שליח מצוה אין מצות הצדקה (ששקולה כנגד כל ה­מצוות133), וכמדובר לעיל134 אַז דורך דעם וואָס יעדער איד אַלס שלוחו של הקב"ה, וועט אויסנוצן זיינע עשר כחות בשלימות במילוי שליחותו — ברענגט ער (שליח בצירוף עשר בגימטריא) משיח, און נוסף על "גימטריא" (וואָס איז בהעלם135), בגילוי ממש, בראי' חושיית,
סגאון תיכף ומיד ממש נעמט משיח אַרויס אַלע אידן פון גלות, "בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"136, בגאולה האמיתית והשלימה, און מ'גייט אין ארץ הקודש, אין ירושלים עיר הקודש, להר הקודש, לבית המקדש השלישי, "מקדש אד' כוננו ידיך"137,
סדוואָס דאָרטן האָט מען בתכלית השלי­מות אַלע ברכות פון "תפלה למשה איש האלקים. . ומעשה ידינו כוננה עלינו ומעשה ידינו כוננהו" — כברכת משה (ואהרן) בנוגע צו השראת השכינה אין משכן, "ויברכו את העם", "ויהי נועם ה' אלקינו עלינו, יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם"138 — וואָס די שלימות פון "תשרה שכינה במעשה ידיכם" וועט זיין אין דעם בית המקדש השלישי139, "וכשיבנה — משה ואהרן יהא עמנו"140,
סהאון עס ווערט (בדוגמא (אבל בעלי' ובהוספה לגבי) ווי ס'איז געווען בעת השראת השכינה אין משכן) "וירא כל העם וירונו ויפלו על פניהם"141 — גילוי אלקות באופן של ראי', ביז אַז דאָס ברענגט באַ זיי אַרויס אַ רינה142, און אַזאַ גילוי וואָס איז העכער פאַר פנימיות (ביז אַז "ויפלו על פניהם").
סוויהי רצון, אַז נאָך אין די לעצטע מעשינו ועבודתינו אין די לעצטע רגעים פון גלות זאָל זיין די השראת השכינה "במעשה ידיכם", כולל אין דער שליחות לצדקה וואָס מ'וועט איצטער געבן,
סזאון פון דעם כפל "תפלה למשה איש האלקים", האָט מען דעם כח צו אויפטאָן דעם כפל פון "ומעשה ידינו כוננה עלינו ומעשה ידינו כוננהו", אין מעשינו ועבו­דתינו איצטער,
סחאון מ'האָט אויך משה ואהרן עמהם — בחי' משה (ואהרן — מז' רועי ישראל143), שבכל א' מישראל, אנשים נשים וטף,
סטותיכף ומיד ממש — "הקיצו ורננו142 שוכני עפר"144, ומשה ואהרן עמהם בפש­טות, נשמות בגופים, צוזאַמען מיט אַלע אידן,
עותיכף ומיד ממש — "ומעשה ידינו כונ­נהו" אין דעם "מקדש אדנ­י כוננו ידיך".
עא[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן לכאו"א מהנוכחים שיחיו שטר של דולר, לתתו (או חילופו) לצדקה].