Chabad Library · The Rebbe
Likkutei Sichos· Vol. 37· Additions - Sichos· Sichos of Shabbos Parshas Behar 15 Iyar and Lag BaOmer 5746לקוטי שיחות· כרך לז· הוספות - שיחות· משיחות ש"פ בהר· ט"ו אייר ול"ג בעומר ה'תשמ"ו
אמשיחות ש"פ בהר, ט"ו אייר ול"ג בעומר ה'תשמ"ו
א. ס'איז אַ מנהג ישראל (תורה היא1) משנים קדמוניות אַז בל"ג בעומר — יום ההילולא דרשב"י2 ויום שמחתו דרשב"י3 — פאַרנעמט מען זיך במיוחד (ספּעציעל) מיט אידישע קינדער, אינגעלעך און מיידעלעך, מ'נעמט זיי אַרויס אין פעלד4, אָדער אויף אַ תהלוכה, אָדער מ'מאַכט פאַר זיי אַ מסיבה וכיו"ב, לכבוד יום שמחתו של רשב"י5.
א. ס'איז אַ מנהג ישראל (תורה היא1) משנים קדמוניות אַז בל"ג בעומר — יום ההילולא דרשב"י2 ויום שמחתו דרשב"י3 — פאַרנעמט מען זיך במיוחד (ספּעציעל) מיט אידישע קינדער, אינגעלעך און מיידעלעך, מ'נעמט זיי אַרויס אין פעלד4, אָדער אויף אַ תהלוכה, אָדער מ'מאַכט פאַר זיי אַ מסיבה וכיו"ב, לכבוד יום שמחתו של רשב"י5.
בדעריבער איז כדאי מעורר זיין, ואין מזרזין אלא למזורזין6, אַז בכל מקום ומקום זאָל מען נאָכמער מוסיף זיין אין מאַכן די אַלע פּאַסיקע הכנות אויף צוזאַמענקלייבן וואָס מערער קינדער בל"ג בעומר, אין אַ תהלוכה אָדער מסיבה, בכל מקום ומקום — באופן המתאים למקום זה, אַזוי אַז עס זאָל זיין "ברוב עם הדרת מלך"7.
גאון מ'זאָל מיט זיי רעדן וועגן ענינו און אופן הנהגתו פון רשב"י און פון ל"ג בעומר בכלל, און וואָס זיי דאַרפן לערנען פון דעם אין חיזוק פון זייער לימוד התורה וקיום המצוות.
דובכדי נאָכמער מוסיף זיין אין דעם — איז אַ דבר נכון אַז נוסף לזה וואָס די מורים ומורות, מדריכים ומדריכות וועלן מעורר זיין די קינדער צו משתתף זיין זיך אין די מסיבות וכיו"ב, זאָל יעדער קינד וואָס ווייס שוין וועגן ל"ג בעומר און וועגן אַ מסיבה וכיו"ב וואָס וועט דעמולט פאָרקומען פאַר קינדער — רעדן און מעורר זיין נאָך איין קינד עכ"פ (אַן אינגעלע — נאָך אַן אינגעלע, און אַ מיידעלע — אַ מיידעלע) צו זיך משתתף זיין אין אַ מסיבה וכיו"ב לכבוד שמחת רשב"י.
הוואָס דאָס וועט נאָכמער צוגעבן אין דער הצלחה און אין "רב עם הדרת מלך", ווי מ'זעט בפועל, אַז בשעת אַ קינד איז מעורר זיינעם אַ חבר (אָדער אַ מיידעלע — אירע אַ חבר'טע), קענען זיי מערער אויפטאָן ווי בשעת דאָס טוען ערוואַקסענע, אפילו פון די מורים ומורות.
וב. דערביי איז כדאי צוגעבן, אַז אויב ערגעץוואו קען מען ניט איינפירן אַ כינוס אָדער אַ תהלוכה פון קינדער בל"ג בעומר, אָדער מ'קען עס ניט טאָן בשלימות, ובאמת איז אפילו אויב מ'טוט עס בשלימות, קען מען אין דעם דאָך אַלעמאָל מוסיף זיין ווייל אין טוב וקדושה איז קיין שיעור ניטאָ — זאָל מען אין די טעג לאחרי זה, וועלכע קומען בהמשך צו ל"ג בעומר מאַכן (נאָך) אַ כינוס, מסיבה אָדער תהלוכה וכיו"ב, פאַר אידישע קינדער, אינגעלעך און מיידעלעך, אַלס המשך צו יום שמחתו של רשב"י בל"ג בעומר.
זמובן, אַז מ'זאָל דערביי רעדן וועגן פרשת היום והשבוע (ווען דער כינוס קומט פאָר), אָבער ביחד עם זה זאָל מען דאָס אויך פאַרבינדן מיט ל"ג בעומר און מיט רשב"י, זייענדיק אַ כינוס וואָס קומט אַלס המשך צו ל"ג בעומר.
חזעלבסטפאַרשטענדלעך אַז דער כינוס וכיו"ב זאָל מען מאַכן באופן המותר לכתחילה (בלי שום ספיקות בדבר) בימי הספירה8 — דורך פאַרבינדן דאָס מיט אַ סעודת מצוה — אַ "סיום" אויף אַ מסכת וכיו"ב, וואָס עושין שמחה לגמרה של תורה9, אָדער מיט אַן אַנדער סעודת מצוה, וואָס זיכער וועט מען געפינען כמה הזדמנויות בזה.
טוכאמור, אַז אַפילו אין די ערטער וואו מ'האָט שוין געמאַכט אַ כינוס בל"ג בעומר עצמו, איז דאָך צו קדושה קיין שיעור ניטאָ — דאַרף מען זיכער מוסיף זיין אין דעם דורך מאַכן נאָך אַ כינוס בימים אלה.
יובפרט אַז מ'געפינט זיך בדרא דעקבתא דמשיחא, און דעמולט גופא — בעקבתא דעקבתא, געציילטע רגעים פאַר דער גאולה — וואָס דעמולט איז דער טיפסטער חושך כפול ומכופל, כמשל רבותינו נשיאינו10, אַז בסוף הלילה, איידער עס ווערט ליכטיק בעלות השחר, איז דער טיפסטער חושך (ובפרט אויב מ'איז ניט מרגיש אַז דאָס איז אַ טיפער חושך). און מען דאַרף אויף דעם קיין ראיות ניט וכו'.
יאאיז זיכער די כוונה אין דעם — אַז דאָס זאָל מעורר זיין אידן, אַז זיי דאַרפן נאָכמער מוסיף זיין אין אור וקדושה, אין חיזוק בלימוד התורה וקיום המצוות בהידור, און דורך דעם — ברענגען אַז אין דעם חושך כפול ומכופל זאָלן שוין אַריינשיינען די שטראַלן פון עלות השחר, פון דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
יבוואָס דאָס טוט מען אויף במיוחד דורך דער הוספה באור וקדושה וחיזוק בתומ"צ פון תינוקות של בית רבן — וואָס "אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל תינוקות של בית רבן", "הבל שאין בו חטא"11, און אויף זיי זאָגט11 מען "אל תגעו במשיחי"12, און "מפי עוללים ויונקים יסדת עוז גו' להשבית אויב ומתנקם"13.
יגובפרט אַז מ'קלייבט זיי צוזאַמען אין אַ כינוס בקשר מיט שמחתו של רשב"י — וואָס "כדאי הוא ר"ש לסמוך עליו בשעת הדחק"14, וואָס גייט אויך אויפן דוחק וחושך הגלות15, און רשב"י האָט געזאָגט16 "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין כו'" — און די קינדער זיינען זיך משמח בשמחת רשב"י, אַ שמחה פון "הבל שאין בו חטא", אַ שמחה טהורה וקדושה כו', ווי מ'זעט במוחש אַז די שמחה וניגונים וריקודים פון קינדער איז מיט אַ פשטות ותמימות און לעבעדיקייט ושטורעם מער ווי ביי ערוואַקסענע.
ידאון די שמחה (בשמחתו של רשב"י) קומט צוזאַמען און איז מוסיף אין די החלטות טובות פון די קינדער צו נאָכמער באַפעסטיקן און פאַרשטאַרקן זייער שייכות מיט רשב"י און מיט זיינע הנהגות, ובפשטות — אַז די שמחה פון די קינדער בשמחת רשב"י ווערט אַ פעולה נמשכת על כל הזמנים, צו מוסיף זיין בלימוד התורה און בקיום המצוות בהידור, דורכגענומען מיט אהבת ישראל ואחדות ישראל, און דאָס אַריינברענגען אין זייערע הייזער און באַ זייערע משפּחות און חברים וכו'.
טואון "חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה"17, אַז זיי זאָלן אויפוואַקסן צו זיין לומדי תורה ומקיימי מצוות בהידור, דורכגענומען מיט יראת שמים, און במיוחד — לימוד תורתו של רשב"י, פנימיות התורה, און זיין — "נרות להאיר", משפיע זיין און באַלייכטן דעם גאַנצן אַרום.
טזג. ומענין לענין באותו ענין:
יזל"ג בעומר (מ"ת דפנימיות התורה18) איז אויך אַ הכנה — בתוך כל19 ימי הספירה20 — צו זמן מתן תורתנו בחג השבועות, וואָס דעמולט איז געווען "בנינו עורבים אותנו"21, די אידישע קינדער זיינען געווען די "גאַראַנטאָרס" אויף מתן תורה וקבלת התורה עד סוף כל הדורות.
יחדערפאַר איז אַ דבר נכון (ווי גערעדט בשנים שעברו22) אַז אין דעם טאָג פון חג השבועות בעת קריאת עשרת הדברות (וואָס איז בדוגמת יום מתן תורה23) זאָל מען ברענגען אַלע אידישע קינדער, סיי אינגעלעך סיי מיידעלעך (אויך גאָר קליינע קינדער), אין בית הכנסת — "מקדש מעט"24 — בכדי הערן די עשרת הדברות און די פסוקים בתור הקדמה לזה (עכ"פ).
יטד. בהמשך לזה (ענין החינוך) איז בכמה מקומות איצטער אויך אַ זמן גרמא, שטייענדיק דאָרט בקרוב לסיום שנת הלימודים פון קינדער, צו משפּיע זיין אויף די עלטערן פון אידישע קינדער אַז זיי זאָלן שיקן זייערע קינדער צו אַ מחנה קיץ וועלכער איז מיוסד אויף טהרת הקודש, דורכגענומען מיט אהבת ה' ויראת ה'. וכמדובר כמ"פ, אַז מ'זעט בפועל אַז די פעולה פון אַ מחנה קיץ אויף קינדער (ובפרט פון אַ מחנה קיץ על כל היום והלילה) איז אַ סך שטאַרקער (בכמה פרטים) ווי דער פעולה אפילו פון אַ בית ספר — דעריבער איז נאָכמער נוגע צו לייגן אַכט אַז מ'זאָל שיקן די קינדער צו אַ מחנה קיץ וואָס איז פּאַסיק פאַר אַ אידיש קינד.
כאון עס איז אויך נוגע אַז מ'זאָל זיך משתדל זיין ומשפיע זיין אויף די עלטערן בנוגע צו שנת הלימודים בשנה הבאה — וואָס איצטער (בקרוב לסיום שנת הלימודים דשנה זו) הויבן אָן די עלטערן טראַכטן וועגן דעם — אַז די עלטערן וואָס האָבן געשיקט זייערע קינדער צו אַ "פּאָבליק סקול", זאָלן מחליט זיין זיי שיקן בשנה הבאה צו אַ חדר אָדער אַ ישיבה וכיו"ב.
כאה. ויה"ר אַז דורך דער עצם החלטה בדבר איצטער — בנוגע צוזאַמענקלייבן קינדער סיי בל"ג בעומר (מ"ת דפנימיות התורה) און סיי בחג השבועות (מ"ת דנגלה דתורה ודכללות התורה) — זאָל מען שוין גלייך באַקומען דעם שכר25, ובלשון הברכה בכל יום (בברכות השחר) נותן התורה לשון הווה — קבלת התורה (פנימיות התורה ונגלה דתורה) באופן חדש מיט אַ חיות חדש וכו'.
כבאון דערצו באַקומט מען אויך דעם שכר שהזמן גרמא, אַז דער זכות און די כחות פון רשב"י זאָלן נמשך ווערן דאָ למטה און ממשיך זיין ברכה לכאו"א בכל הענינים תיכף בזמן הגלות, כדברי חז"ל אַז "כדאי הוא ר"ש לסמוך עליו בשעת הדחק", וואָס דאָס איז כולל אויך דער דוחק וחושך הגלות (כנ"ל), וואָס איז "שעת הדחק" ניט נאָר פאַר אידן למטה, נאָר "בכל צרתם לו צר"26, אויך אַ "שעת הדחק" כביכול למעלה, ביז ווי רשב"י זאָגט27 אַז "חביבין ישראל לפני הקב"ה שבכל מקום שגלו שכינה עמהן כו'".
כגביז צו דעם שכר העיקרי — די גאולה האמיתית והשלימה — כהמשך מאמר רשב"י27: "ואף כשהן עתידין ליגאל שכינה עמהם שנאמר ושב ה' אלקיך את שבותך28, והשיב לא נאמר אלא ושב מלמד שהקב"ה שב עמהן מבין הגליות".
כדובפשטות — אַז אַלע אידן, "בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"29, גייען מקבל זיין פני משיח צדקנו — ע"ד "מאן פני האדון דא רשב"י"30 — באופן פון "וארו עם ענני שמיא"31.
כהאון מ'גייט באופן פון "ואולך אתכם קוממיות"32 (ווי מ'גייט לייענען בתפלת מנחה דשבת זה), ובפרט דורך דעם וואָס מ'איז נאָכמער מוסיף אין "בחוקותי תלכו"33, "שתהיו עמלים בתורה"34, ביז ע"ד "תורתו אומנתו" פון רשב"י35, "ואת מצוותי תשמרו ועשיתם אתם"33, "הוו עמלים בתורה על מנת לשמור ולקיים"34, ובאופן דמוסיף והולך ואור.