Chabad Library · The Rebbe
Likkutei Sichos· Vol. 39· Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah· Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah· 173לקוטי שיחות· כרך לט· הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת· הוספה - ביאורים באגרת התשובה· 173
אשם הוי' (פ"ד — צג, סע"ב), וואָס דעריבער איז דורך יעדער חטא וואָס מען טוט איז מען מוריד "השפּעת שם הוי' ב"ה. . תוך היכלות הסט"א" (רפ"ז). וכמשל החבל (וואָס אויף אידן שטייט דאָך "יעקב חבל נחלתו"), אַז בעת מען שלעפּט דעם אונטערשטן ברעג, ווערט במילא נמשך אַהין אויך די אויבערשטע ברעג (פ"ו — צו, סע"א ואילך. אלא ששם מבואר משל זה לענין בחי' ה"א תתאה. עיי"ש).
בוואָס פון דעם איז מובן, אַז וויבאַלד אין שם הוי' זיינען פאַראַן ד' אותיות, און די אַלע ד' אותיות זיינען פאַראַן ביי יעדער אידן
ג[סיי בנשמתו כמבואר להלן ספ"ד, סיי בגופו כדאיתא בזח"ב (מב, א ולהעיר מת"ז תמ"ה — הובא בתניא ספ"מ בהג"ה) אַז דער ראש איז בתמונת היו"ד, דער גוף — וא"ו, און די ה' אצבעות שבימין ושמאל — ה' עילאה וה' תתאה13],
דאיז דורך יעדער עבירה וואָס ער טוט, איז ער פּוגם אין אַלע ד' אותיות, און ער איז זיי מוריד תוך היכלות הסט"א.
הואעפ"י אַז אין ספ"ז איז מבואר אַז ס'איז דאָ עבירות וועלכע זיינען פּוגם אין אות יו"ד, עבירות וועלכע זיינען פּוגם אין אות ה', וכו', פונדעסטוועגן וויבאַלד אַז אין דעם אידן (וואָס ער טוט דעם חטא) זיינען פאַראַן אַלע ד' אותיות, און יעדער מעשה וואָס ער טוט איז דאָך פאַרבונדן, בכללות, מיט כל כחות נפשו, איז מובן, אַז מיט יעדער חטא איז ער, בכללות, מוריד אַלע ד' אותיות כו'.
ווואָס פון דעם איז מובן, אַז די תשובה (על כל חטא) איז ענינה — די העלאה פון די אַלע ד' אותיות.
זועפי"ז יובן וואָס ער ברענגט דאָ פיר פּסוקים בענין התשובה — וואָס אין יעדער פּסוק ווערט דערמאָנט דער שם הוי' — ווייל אין די פיר פּסוקים איז מרומז די תשובה והעלאה פון די ד' אותיות, כדלהלן.
ח(אין לקו"ת פּרשת בלק (ד"ה מה טובו) איז מבואר די ד' בחינות שבתשובה, כל בחינה בפני עצמה. דאָ אין תניא אָבער, וויל ער זאָגן, אַז יעדער בחינה פון תשובה (אפילו תשובה תתאה וואָס עיקרה איז אין ה"א תתאה — וואָס וועגן דער דרגא רעדט ער דאָ "לבל ישוב עוד לכסלה למרוד במלכותו ית' ולא יעבור עוד מצות המלך ח"ו", וואָס מלכות איז בחי' ה"א תתאה) איז כלול פון אַלע פיר).
טטו. וועגן דעם ענין פון די ד' אותיות שם הוי' איז ער מבאר ווייטער אין פ"ד, אַז ה"א אחרונה איז מעשה; וא"ו — קול און ששה מדות; ה"א ראשונה — התבוננות און יו"ד — שכל הנעלם שבכחו לצאת אל הגילוי כו'.
יועפי"ז מובן ווי די פיר פּסוקים ריידן וועגן די השבה און העלאה פון די ד' אותיות: